דניאל עמרם ללא צנזורה בטלגרם
דניאל עמרם ללא צנזורה
לפניות
וואצפ: wa.me/12017438674
טלגרם: @danielamram1
טוויטר: twitter.com/danielamram3
אינסטגרם: instagram.com/danielamram6
טיקטוק: tiktok.com/@danielamram22
דיסקורד: https://discord.gg/6QqSm3hX2d
Last updated 1 month, 1 week ago
ערוץ הטלגרם האמין ביותר בטלגרם
בתחומי הצבא, המודיעין והביטחון וכמובן ללא צנזורה
כל תיעוד העולה בערוץ ללא קרדיט, הוא במסגרת שימוש לפי סעיף 27 א, הערה חשובה כל הנכתב בערוץ הוא על אחריות הכותב והמדווח
Last updated 3 months, 3 weeks ago
הערוץ הרשמי☑️ Official Channel
ברוכים הבאים פה תקבלו את כל מה שקורה בארץ ובעולם🌏 ללא👁️צנזורה - מיטב התיעודים הכי מעניינים שיש ברשת.
לשיתוף תכנים⬅️ @tzenzora1
👉 t.me//tzenzora 👈 שתפו
היזהרו מחיקויים❗️
#ללאצנזורה
Last updated 3 weeks, 4 days ago
The scientific method is a systematic approach used by scientists to investigate phenomena, acquire new knowledge, or correct and integrate previous knowledge. Here are the typical steps of the scientific method in order, along with explanations of the necessity of each step:
▎1. Observation
- Necessity: Observations are the foundation of scientific inquiry. They provide the raw data and context needed to identify a problem or question. Careful observation allows researchers to notice patterns, anomalies, or interesting phenomena that warrant further investigation.
▎2. Question
- Necessity: Formulating a clear, focused question is crucial because it defines the scope of the investigation. A well-defined question helps to direct research efforts and ensures that the investigation remains relevant and manageable.
▎3. Hypothesis
- Necessity: A hypothesis is an educated guess or a testable prediction based on existing knowledge and observations. It provides a potential explanation for the observed phenomena and sets the stage for experimentation. Hypotheses guide the design of experiments and help to focus data collection.
▎4. Experimentation
- Necessity: Conducting experiments allows scientists to test the hypothesis under controlled conditions. This step is essential for gathering empirical evidence, which can either support or refute the hypothesis. Well-designed experiments also help to minimize bias and confounding variables.
▎5. Data Collection and Analysis
- Necessity: Collecting and analyzing data systematically is vital for interpreting the results of an experiment. This step involves organizing data, using statistical methods, and identifying trends or patterns that emerge from the results. Accurate analysis ensures that conclusions are based on reliable evidence.
▎6. Conclusion
- Necessity: Drawing conclusions based on the analysis of data helps determine whether the hypothesis is supported or rejected. This step synthesizes findings and assesses their implications. Conclusions contribute to the broader understanding of the topic and can lead to further questions or investigations.
▎7. Communication
- Necessity: Sharing results with the scientific community through publications, presentations, or discussions is essential for transparency and collaboration. Communication allows others to verify findings, replicate studies, and build upon existing knowledge, fostering a collective advancement in science.
▎8. Further Research
- Necessity: Scientific inquiry is an iterative process. New questions often arise from conclusions, leading to further research and exploration. This step emphasizes the dynamic nature of science, where each discovery can open new avenues for investigation.
Each step of the scientific method plays a critical role in ensuring that scientific research is systematic, objective, and reproducible, ultimately contributing to our understanding of the natural world.
נוצבארע טיפס צו א בעסערע פרייע לעבן 2 | סאציאלע עטיקעט
אין דעם ווערסיע וועלן מיר אנרירן אביסל סאציאלע נארמעס אין די פרייע וועלט וואס קען אלס צוניץ קומען און גרינגער מאכן אונזער רייזע צו פרייהייט.
מיר פערזענליך טוען דאס, און מיט א טעגליכע reminder ווערט עס א רוטין. מ'חזר'ט און מ'חזר'ט ווי א עקסערסייז, אלס מער און אלס בעסער. און מ'קען טוהן די זעלבע מיט גראמאטיק, צוביסלעכווייז. אבער פארשטייט זיך מ'דארף האבן מיט וועם עס צו נוצן. ווי די רבי פלעגט זאגן "מאכן א כלי".
ביכער נאך א טיפ איז צו ליינען ביכער אויב זענט איר א ליינער, אויב נישט קען מען הערן ביכער אויף Audible טאקע צו הערן אנדערע רעדן די ווערטער וואס איר לערנט אבער ס'איז נאך פרעמד, און מ'קען פון דעם קונה זיין אסאך פון די קאנטעקסט ווי מ'נוצט א ווארט. און אויב ווייסט איר נאכנישט, איז גאר וויכטיג זיך צו באקענען מיט די ענין פון א פאדקעסט וואס איז ווי מ'זאגט דיין בעסטע חבר ווען ס'קומט צו לערנען נייע אינפארמאציע און אויך פאר פרישע זאצן און קאנצעפטן אין די ענגלישע שפראך. פאדקעסטס אויף ספאטיפיי אדער אויף עפל פאדקעסטס.
די געלעגנהייטן זענען ענדלאז, אויף יוטוב איז דא ווידיא פאר טויזנט יארן, און פון צייט צו צייט קען מען זיך לערנען נאך א ווארט און נאך א ווארט, א מושג, א סלענג, אדער משל. אויך קען מען גיין אין פובליק לייבערי ליינען א ביכל אדער 2, סתם פון פילמען קען מען אויפכאפן א געוואלד. דאס אלעס האט 2 צילן: 1. זיך אויסברייטערן די לעקסיקאן צו קענען קאמיוניקירן, 2. עס שארפט אויס די ידיעות צו וויסן מער וואס טוט זיך אין די גויאישע וועלט און קענען די קולטור, (acculturated) ווען מ'איז סאציאל און קענען מאכן נייע פריינט און נישט זיין הונטערשטעליג.
געדענק גדרים. יעצט אז מ'קען שוין אביסל רעדן און מ'האט שוין פון וואס צו שמועסן, די ערשטע זאך איז וויסן גדרים. "באונדעריס" צו ס'איז זיך נישט שטופן אין א לענגערע שורה, צו ס'איז האלטן די טיר אפן, זאגן א גוטן, פליז און טענק יו, אז ס'איז דא טרעפ וואס גייען אין פארקערטע ריכטונגען איינס גייט אריין און די אנדערע ארויס לאז פלאץ פאר די אנדערע זייט. לערן דיר אויס צו רעספעקטירן גדרים (באונדעריס) עדזשוקעיט דיר איבער פערזענליכע גדרים אין פריוואטקייט אין א סעקולערע מסגרת. פארשטיי אז מענטשן אין די מסגרת'ן גלייכן זייער “פערזענליכע ספעיס“ און פריוואטקייט, און קענען מעגליך פילן אומבאקוועם מיט געוויסע פראגעס אדער אויפפירונג. הער און אבזערוויר דעם ארום. לייג אריין צייט אין אנפאנג ווי מענטשן אינטערעקטן איינער מיטן צווייטן אין סעקולערע ענוויירמענטן. לייג צו קאפ צו די סארט פראגעס וואס זיי פרעגן און אפילו וויאזוי ס'ווערט געפרעגט. הערן מער ווי רעדן, קען אייך העלפן כאפן דעם פארטל פון וואס איז סאציאל אקצעפטירט. שעם דיר נישט צו זיין אפן מיט דיינע שוועריקייטן, אויב מ'באמערקט עס אנטשולדיג זיך און זאג איך קום פון א פארמאכטע געמיינדע ווי מ'האט זיך אנדערש געפירט און די מענטש וועט עס זייער מעגליך פארשטיין, און קען געבן פידבעק וויאזוי זיך צו פארבעסערן. קוק יוטוב, גוגל, עי איי, וואס ס'איז נארמאל און וואס ס'איז נישט.
בעטן א נומבער פון א מיידל. וויאזוי און ווען צו בעטןטעקסטן א מענטש, וואס מ'האט נארוואס געטראפן, וויאזוי טוט מען דאס? מעג מען? מעג מען נישט?
אפי'קורץ'יש און שארף
#11
אויב איז א ברית מילה נארמאל ווייל די קינד וועט עס נישט געדענקען, איז דעיט רעיפ אויך נארמאל?
צדיק ורע לו ורשע וטוב לו
#1
איך טראכט אסאך פון די יעניגע וואס גלייבן אין די אלע פאזיטיווע געטליכע קאנצעפטן. לאמיר רעדן ביי אידן ערשט. לדוגמא אז דער אייבירשטער איז א כל יכול, א בעל רחמים, און כל מה דעביד רחמנא לטב עביד... און מ'קען עפענען יעדע חסידישע ספר זעהט מען אלע ערמוטיגונגען, יא ס'איז גוט, לעב מיטן באשעפער ער איז א טאטע, א טאטע האט רחמנות, די השגחה פרטית אבסעסיעס אז יעדע גראז וואס ליגט דא און נישט אז פיס אוועק, יעדע בלעטל וואס שאקלט זיך אראפ נישט ארויף אלעס האט א פונקטליכן חשבון און א פשט אזוי אלע גוטע חיזוק פון די קאצקער, די בעל התניא, און ר' נחמן, די מענטש איז באשאפן מיט די צלם אלוקים און די באשעפער וואס איז פערפעקט, גיט איבער זיין פערפעקציע צום מענטש....
צו געבן מער קלארקייט ברענג איך דא צו ציטאטן: אנטשולדיגט אז די לינק איז נישט בנמצא, ווער ס'האט קען צולינקן אין די קאמענטארן.
כח ה׳ אין סופי, כי הוא האב המושלם והכול-יכול שעשוי לעשות הכל." - הרבי מנחם מנדל מקוצק
גאט'ס מעכטיגקייט (power) איז אן א סוף, ווייל ער איז די פערפעקטע טאטע, (omnipotent) א כל יכול וואס קען אלס טוהן.
נאך איינס:
רַחֲמֵי ה׳ אין קץ, כמו אב אשר לא מוותר על בנו הנדיב, תמיד מוכן לאפשר לו לחזור לחיבוק האהבה שלו."
דער אייבירשטער וואס איז ווי א טאטע איז א בעל רחמים וואס איז נישט דא קיין פארגלייך, ער איז פיל מיט אהבה און ליבליכקייט וואס גיט נישט אויף אויף זיין קינד.
פונעם בעל שם זעהט מען ענליכס, און אנדערע ווי קריסטן וכדומה גלייבן אויך בערך די געדאנקען, דאס איז נאר צו דעמאנסטרירן וואס איז ביי אונז אידן אנגענומען פון א מקור.
געוואלדיג. וואס טוט זיך ווען ס'קומט צו מחלות? פארוואס איז דא אזא מושג? פארוואס האט די רבש"ע זאל לעבן ווילאנג ער וויל, באשאפן מחלות אויב איז ער אזוי בעל רחמים, און ליבליך ווי מ'מאכט פון אים/עס?
איז דאס די ארבעט פון א פערפעקטע ביאינג? זעהט נישט אויס.
אויב איז די ביאינג פערפעקט, פארוואס קען ער/עס נישט אויפקומען מיט א נארמאלע היילונג צו MLS, Lupus אדער סקיצאפרעניע?
פארוואס מאכט ער מענטשן אויסגעשטאט מיט מעניע, דיפרעסיע און ענקזייעטי? און פארוואס מאכט ער אנדערע וואס האבן נישט די פראבלעמען און דזשאדזשן נאך די וואס האבן עס ליידער? וואס האט דעי פערפעקטע ביאינג פארפאסט אין די באג פאר ער האט געדריקט אפלויד און ארויסגעשיקט זיין קריעשן?
איז דאס א טובה וואס דארף פאסירן און מ'קען עס זעהן בחוש וואס שטימט מיט רחמנות?
אדער איז די גאט גארנישט קיין רחמנות און קיין גוטער נאר א פאר'סמ'טן טעראריסט וואס האט קיין געפיל און קיין רחמנות?
אדער... איז די גאנצע זאך א פאלשע פאנטאזיע וואס מ'דארף נישט פארענטפערן מיט קיין חסידיש'ן ספר ווייל ס'איז נישט דא קיין לאגישן הסבר דערויף? ווייל ס'איז זייער שווער פאר רוב מענטשן צו האבן אזא שטארקע שטאפל פון אמונה פשוטה אז א בעבי מיט א ברעין טומער האט דער אייבירשטער אזוי געמאכט און פארשטיין אז ס'איז א גוטע זאך...
איז דאס א ניסיון וואס די מענטש גייט אריבער אזוי ווי די זיידע אברהם? אויב יא וואס איז די סיבה דערצו? איז דאס עפעס וואס די מענטש דעזערווט צו וויסן? איז נישט דא קיין סיבה וויאזוי פארענטפערט מען אזא מושג מיט רחמנות? יא יא, אזוי דארף מען זיך שטעלן אויף יעדע זאך מיט א קשיא אדער דריי.
אפילו אויב נעמט מען אוועק די מושג פון אהבת השם, איז נאך אלס דא די גלויבן פון די צענטע און עלפטע אני מאמין וואס האט צוטוהן מיט omnipotence און יושר.
די צענטע רעדט פון א גלויבן אז די אידישע באשעפער איז אין יעדעם'ס איינציגע מחשבה, יעדע מחשבה! און ווייסט וואס מיר טראכט און שפירן, שנאמר היוצר יחד לבם והמבין אל כל מעשיהם. ער איז אין דיין קאפ, ער ווייסט וואס דו טראכסט, און פארשטייט וואס דו טוסט. דאס איז גאר א ספעציפישע גראפיק.
און ווייטער די עלפטע אני מאמין פון שכר ועונש אז דער באשעפער איז א גומל טוב לשומרי מצותיו און א מעניש לעוברי מצותיו. וואס מיינט אז ער טוט גוטס מיט די וואס היטן זיינע געבאטן און שטראפט די וואס ווידערשפעניגן אין זיי.
איז עס פשוט פרייע בחירה וואס א מענטש איז בוחר? ??♂??♂?
וויפיל קען מען זיך פאפן? ס'איז עפעס א "טשויס" צו לאזן אדער צו נעמען קענסער? די וולד האט א טשויס צו האבן געזונטע גענעטיקס אדער ארויסקומען א דאון סינדראם?
ניין, וועלן מאנכע גלויביגע צוריק טענה'ן ניין, דאס איז א שטראף פון א צווייטע גלגול אדער מענטש וואס האט געזינדיגט און די באשעפער (נישט די מענטש) שיקט א שטראף מיט די נשמה. אזוי זאגט מען פון די ליטווישע גדולים אז ווען אין וואלאדזשין הערט דער מתמיד אויף צו לערנען א שעה שמד'ט זיך א איד אין פאריז, כלל ישראל איז איין שורש כל ישראל ערבים זה לזה...
וואס איז טאקע די אמת? #3
אופס... א לאגישע פעלעסי?
#Logicalfallacies
אויב ווערן מיר אביסל מער פארגעשריטן אין אונזער פעלד פון זיך דעבאטירן און טראכטן פאר זיך דארף מען זיין געווארנט איבער פעלעסי'ס.
א פעלעסי איז פשוט א גרייזיגע וועג פון טראכטן, פונקט ווי א math equation איז באזירט אויף א סטרוקטור וואס מענטשן האבן דעזיינט צו לעזן געוויסע פראבלעמען, מ'קען צולייגן מ'קען אראפנעמען, און אויך מאכן א גרייזיגע בנין? די זעלבע איז מיט לאגיק, מ'האט עס געבויט צו פארבעסערן וויאזוי מ'זאל טראכטן, און אז די בנין איז שאקלדיג איז עס א פאלשע וועג פון נוצן די מוח און קען נישט באטראכט ווערן אלס א זאכליכע ארגומענט, ווייל עס טוט נישט נאכקומען די געזעצן פון לאגיק. אוודאי האט יעדער פרייהייט אין אמעריקע צו האלטן און זאגן וואס ער/זי וויל, אבער מ'זאל נישט ערווארטן אז א שטודירטער מענטש זאל עס אקצעפטירן.
דער לעגענדארע גריכישער פילזאף Aristotle און זיין רבי Plato האבן געהאלפן אויספארעמען לאגיק וואס מיר האבן היינט, מיטן ציל צו דערקענען גילטיגע (וואלידע) ארגומענטן פון פאלשע. די סיסטעם איז געווען א דורכבראך ווייל ס'האט אריינגעברענגט א נייע מעטאד פון אנאליזירן קארעקטע "ריסאנינג"
עמיצער האט זיך אמאל אויסגעדריקט:
"א פעלעסי איז ווי אן אונטערערדישע באמבע; מ'קען עס גרינג פארזעהן, ביז מ'טוט זיך אנשטאלפערן דערויף"
איינע פון די וויכטיגסטע עלעמענטן פון לערנען אין קאלידזש איז די אקעדעמישע שפראך, דאס איז די מיטל וואס מ'נוצט צו קאמיוניקירן אין א לערן ענווייראמענט, וואס פארלאנגט פיל לאגיק און ויכוחים
אבער איין מינוט וואס גייט מיר בכלל אן וואס איז לאגיק? אדער וואס א פעלעסי איז? אה, דארף מען צוריקגיין צו די כללים פון לאגישע סילאדזשיסם. אזוי ווי מיר ווייסן איז דא א דומים, צומח, חי, מדבר, וואס טיילט אונז אפ פון די אנדערע ספישיס און בעלי חי? מיר האבן לאגיק, מיר קענען טראכטן פאר זיך.
אריסטאטל היווני ז"ל האט אויסגעשטעלט וויאזוי הווה אמינא און מסקנה קומען זיך צאם, דורך א קאנצעפט וואס הייסט א proposition
א proposition מיינט סיי וועלכע זאץ/אויסלייג וואס איז אמת אדער פאלש.
דאס איז די טייטש פון די ווארט פראפאזיציע גענומען פון דיקשענערי.קאם:
a statement in which something is affirmed or denied, so that it can therefore be significantly characterized as either true or false
למשל: די הנחה איך בין הונגעריג. קען זיין אדער אמת אדער נישט אמת.
משא"כ די הנחה וואס מאכסטו? איז נישט שייך אמת אדער נישט אמת.
איינע פון די מעטאדן וויאזוי אפצוווענדן אן ארגומענט איז ווען צומאל טוט די מסקנה נישט נאכפאלגן די ערשטע חלק (די פראפאזיציע) דאס רופט זיך א non sequitur וואס מיינט אז די הנחות זענען טאקע אמת, אבער די מסקנה וואס דער ארגומענטירער נעמט ארויס איז פאלש. למשל
אינעם נעקסטן ארטיקל וועלן מיר אריינשפרינגען טיפער אין סטרוקטור און וויאזוי מ'ווייסט ווען א קלעים איז פעלערהאפטיג.
"לאמיר אריינקלערן א מינוט"
פון: אינטעליגענט
Cognitive biases
יעדע מענטש האט שיטות און געדאנקען, און צומאל קען עס זיין קאנפליקטינג און סתירה'דיג. אפטמאל טוה מיר אונז אוועקשטופן וואס אונזערע ארומיגע זאגן ווען זיי טוען אונז אויפמערקזאם מאכן אז מיר האלטן זאכן וואס שטימט נישט מיטן שכל אדער מציאות. דאס ווערט אנגערופן cognitive dissonance זיין אומגערעכט איז נישט קיין גוטע געפיל, דערפאר וועלן מיר טון אלעס אין די וועלט אויפצווייזן אז מיר זענען גערעכט און די צד שכנגד איז נישט גערעכט, אפילו ווען דאס איז נישט די קעיס. די תשוקה צו פילן גוט, פארשטעלט אונז זייער דעם וועג פון דערגרייכן דעם אביעקטיוון אמת, וואס דאס פירט אונז אפטמאל צו פארשידנארטיגע בייעסיס.
איז לאמיר אביסל צונעמען דעם ווארט: וואס מיינט א בייעס? א בייעס מיינט; אן איינזייטיגע מיינונג אדער א אומיושר'דיגע צוגאנג אפט גענוצט אנטקעגן א געוויסע נושא אדער גרופע. און א קאגניטיוו בייעס איז סיסטעמאטישע עראר אין טראכטן און אפטייטשן למשל: אויב איינער מאכט אן ארגומענט אז א קאר איז א טויטליכע כלי און ברענגט סטאטיסטיקס אז א גרויסע צאל מענטשן שטארבן פון קאר פאטאליטעיטן, האט יענער געברענגט א בייעסד אומבאלאנסירטע ארגומענט, וואס באפעסטיגט זיין/איר פערזענליכע מיינונג, איי וואס איז מיט די אנדערע זייט מטבע? דאס מאכט זיך מיט יעדער וואס ליינט דאס, ס'איז א נאטירליכע נטיה וואס מיר האבן, ס'איז א חלק פון יעדע מענטש'ס מח און איז 100% נארמאל, אבער אז מ'שטודירט עס ווייסט מען פון וואס צו זיין באווארנט ווען מ'באמערקט עס. פארהאן צענדליגער מינים ומינים שונים, פון די 188 cognitive biases וואס איז דא וועלן מיר דורכלויפן יעצט עטליכע בקיצור נמרץ.
Confirmation bias
דאס איז ווען עמיצער טרעפט ראיות צו זאכן וואס באשטעטיגן זיינע עקזיסטירנדע מיינונגען.
די עיקר פראבלעם פון confirmation bias איז אז אונז פארגעסן אפט אז מיר קענען זיין ראנג, למשל ווען איינער זאגט: איך האב מתפלל געווען צום רבש"ע ער זאל מיך אויסהיילן פון מיין קרענק און ער האט מיך אויסגעהיילט, איז דאך געדרינגען אז תפילה ארבעט! איי וואס איז מיט די אלע ביליאנען תפילות וואס פאלן אויף טויבע אויערן? און פון ווי אין די וועלט ווייסטו אז די פאקט אז דו ביזט ניצול געווארן פון דיין מחלה האט מיט תפילה צוטוהן? ווען ס'קען גאר מעגליך האבן נאטירליכע היילונג, מעדעצין, וכו.
די חלק פון פארזעהן די אלע מעגליכקייטן און זיך אנכאפן און קאנצענטרירן בלויז אויף איין ספעציפישע מעגליכקייט איז אויך באקאנט אין די פסיכילאגישע וועלט אלס remebering the hits and ignoring the misses (read up)
לאמיר זאגן איינער וויל שטודירן א געוויסע ענין, און גייט ארויף אויף די אינטערנעט און פרעגט א שאלה, אבער די שאלה ווערט געפרעגט אויף אזא סארט אופן אז ס'וועט צוריקברענגען רעזולטאטן באזירט אויף עפעס וואס יענער האלט שוין ביי זיך אין קאפ. און די רעזולטאט וואס קוקט אויס מסכים צו זיין מיט אים, אויף דאס וועט ער קליקן די ערשטע, פארוואס? ווייל ער זוכט נישט עכט דורכצולערנען א נושא יעצט, ער זוכט פשוט די validation אויף א זאך וואס ער האט שוין ביי זיך אפגעמאכט אז אזוי איז עס. ער האלט נישט ביים טשעלענדזשן זיין שיטה, ער איז געקומען מיט א פארטיגע מיינונג און ער זוכט נאר צו טרעפן עפעס וואס איז איינשטימיג מיט עפעס וואס ער האלט שוין למפרע! דאס איז א ריכטיגע ביישפיל פון confirmation bias למשל עמיצער וואס עסט נישט קיין פלייש, וועט אריינלייגן א זוך פאר "וואס זענען די פראבלעמען פון עסן פלייש וואס שאדט צום געזונט" צו באשטעטיגן וואס ער האלט שוין, אבער ער וועט נישט זוכן פאר די בענעפיטן פון עסן פלייש, די שטודיעס לכאן ולכאן, אא"וו
נאך א דוגמא איז די וואויל באקאנטע ארגומענט וואס מ'הערט אסאך לגבי פארבעסערן די חינוך פון אונזערע קינדער אין די חסידישע מוסדות, מאנכע ווערן ווילד און נעמען זיך אטאקירן געווענליך אין א דיפענסיווע טאן: "וויפיל חסידים זענען רייך? און זענען קיינמאל נישט געגאנגען אין קאלידזש, זיי האבן נישט קיין שום דעגרי און דאך זענען זיי מצליח" אקעי... לויט די לעצטע שטודיעס זענען די רייכע נאר 1 פראצענט און די מיטל קלאס און די ארימע די 99 פראצענט אבער לאמיר זאגן אז ס'איז 10 פראצענט ביי חסידים וואס איז מיט די איבריגע 90? און וואס איז מיט די פאקט אז מ'באראבעוועט א דור פון ידיעות, פינאנץ, פסיכילאגיע, ליטעראטור, געזונט, און אנדערע סוביעקטן אויסגעהאלטן בתכלית הכשרות? ווייל דו האסט אפגעמאכט אז עררייכן סוקסעס אן א דעגרי איז די איינציגסטע טענה וואס שלאגט אפ אלעס מיינט נאכנישט אז דאס איז די איינציגסטע טענה רעלעוואנט צום שמועס. ( ס'איז גראדע נישט רעלעוואנט בכלל אבער לאמיר שוין זאגן) מ'דארף אלס האלטן אפן דעם מח פאר נאך מעגליכקייטן.
וואס איז טאקע די אמת? #2
פון: אינטעליגענט
אויב ווילן מיר טאקע וויסן די אמת, אויף וויפיל ס'איז שייך צו וויסן פארשטייט זיך, דארף מען ערשט וויסן וויאזוי מ'קען נישט וויסן די אמת. וואס? מ'האט דאך געשמועסט דו גייסט אונז צוווייזן די אמת? שטייטעליך... ס'איז א פראצעדור פון יארן, ווי די רמב"ם זאגט שוין אין מורה נבוכים תכלית הידועה שנדע שלא נדע, די קאנצעפט פון "נאליזש" איז וויסן אז מ'ווייסט נישט. אבער מיר זאגן א טראפעלע אנדערש. יא מ'קען נישט וויסן אלעס, אבער דאס מיינט נישט אז מ'האט נישט קיין שום נעוויגאציע צו וויסן וואס איז אמת און וואס קען נישט זיין אמת. איז פאר דעם שפירן מיר אז אויב ווילן מיר קענען וויסן די אמת דארף מען קודם קענען ארויסזיפן אלע שטיינער אין וועג וואס פאר'טעמ'ט די קאפ פון טראכטן לאגיש, אדער ווי מ'רופט עס היינט "קריטיקל" און דערפאר נישט אמת
אפאר פון די זאכן זענען
דידוקטיוו אינדוקטיוו, און אבדוקטיוו ריסאנינג
לאגישע פאלעסיס
און קאגניטיוו בייעסעס.
און דאס צו צונעמען וועלן מיר אריינגיין אין די "לאמיר אריינקלערן א מינוט" סעריע פון ווי מיר וועלן צונעמען יעדע פון די זאכן באזונדער צוביסלעך, צו פארשטיין פארוואס מ'האלט נאך ביי די לאו ווי איידער ביי די הן, אין אנדערע קודם וואס נישט, און נאכדעם וואס יא. ס'איז מעגליך מיר וועלן אפשר אויך אנרירן די וואס יא אויך.
יעצט ליינט ווייטער:
נוצבארע טיפס צו א בעסערע פרייע לעבן 1
צומאל קריגן מיר פראגעס וויאזוי ארבעט עס? וויאזוי ווערט מען אפגעפארן? וואס איז די קונץ? וויאזוי "מאכט מען עס" צוערשט ווילן מיר קלאר מאכן עפעס: אונזער ציל איז קיינמאל נישט געווען אייך צו קאליע מאכן, די ציל פון דעם טשענל איז נישט צו מאכן פון גלויביגע מענטשן כופרים. וכדומה. טאקע ווייל דער פלאץ איז נישט געמאכט פאר יעדער. (זע דיסקריפציע) נאר וואס? דער וואס האלט שוין אויף זיין/איר/זייער נסיעה און ספראוועט זיך סייווי מיט קווענקלענישן, זאל נישט זיין אליין, קיינער וויל נישט פילן אליין. און מיר פרייע טראכטער זענען נישט קיין אויסנאם. מיר ווייסן גוט וואס מיינט צו זיין אליינס אויפן וואסער, נאר ווייל מיר פארלאזן א געמיינדע, מיינט נישט אז מיר זענען געגאנגען זיך באזעצן אין מדבר, מיר דארפן נאך אלס האבן ווי זיך צו ווענדן. פאר אייך איז די הדרכה געאייגנט ווילן מיר דאס קלאר מאכן, דאס איז פאר איינער וואס האלט שוין ביים ווערן, אדער איז שוין אפגעפארן אויב ווייסטו ווי דו צילסט און זוכסט זיך איינצוגלידערן אין סעקולערע לעבן אפפערן מיר אייך די טיפס אייך צו העלפן גיין אין יענע ריכטונג.
נעם עס לייכט. די ערשטע זאך איז געדענק אז וואס דו טוסט איז פון די שווערסטע זאכן וואס א מענטש קען נאר טוהן, זיי שיין צו זיך אליין. פארגעב דיך, ווער נישט פארכאפט אין מאכן א מינדערוויכטיגע טעות. לאז דיך נישט עסן די געזונט, די געמיינדע האט דיך געפייניגט, פייניג דיך נישט ווייטער. נעם אייגנטליך צוריק קאנטראל.
פרעג שאלות. דאס איז נישט קיין פארמעסט. קיינער ערווארט נישט אז דו זאלסט אלעס באלד וויסן, איז אז דו פארשטייסט נישט עפעס, לאז עס נישט דיך איבערנעמען, זאג איך ווייס נישט וואס דאס מיינט, איך בין געבוירן געווארן אונטער א שטיין. וואלסט עס מיר געקענט מסביר זיין? אויך איז וויכטיג צו זיין גרייט נישט געכאפט צו ווערן אין איבעראשונג; ס'גייט זיין אסאך רעפערענצן/פילמען, צו אטלעטן, געימס, אפילו שפריכווערטלעך וואס דו גייסט נישט כאפן. ס'איז נישט דיין שולד! נאכאמאל! ווער נישט שטעקן, דאס איז א חלק פון די טראנזיציע. יא, ס'פילט ווי א בארג, אבער בלייב אויפן רייד. דו גייסט אנקומען!
סעלעבריר דיין ערפאלג. אביסל ענליך צו נומער איינס.געדענק זיך צו קלאפן אין די רוקן ווען דו קומסט אן צו ערפאלג, למשל מיט די צייט גייסטו אנהייבן צו כאפן רעפערענצן פון מאווי'ס. דאס איז ריזיג! קענסט פארשטיין עפעס וואס דו האסט מעגליך אמאל נישט פארשטאנען! סעלעבריר עס! אז דו גייסט ווייטער, און זיך נישט דערשרעקן וועלן מיט די צייט זאכן ווערן גרינגער. מיר האלטן אז דאס גיט די עקסטערע שטופ צו גיין ווייטער! It gets besser
טעראפי. זוך פראפעסינאלע הילף אויב ס'פעלט זיך אויס. אמת, טעראפי קען פילן ווי אן איבערשרעקנדע (און אפילו אויסמוטשענדע) אונטערנעמונג, אבער ס'איז זייער מעגליך אז עס קען אייך פיל ארויסהעלפן און פארגרינגערן דעם נסיעה. איר דארפט עס נישט טוהן אליין, ס'איז דא היינט עפס ווי Talkspace און Betterhelp ווי אן אלגאריטם שטעלט אייך צאם מיט א געאייגנטע טעראפיסט און מ'קען האבן סעסיעס זיך צו שרייבן בליץ מעסעדזשס אדער ווירטואלע סעסיעס. אויף Betterhelp קען מען אפילו ארויספילטערן טעראפיסטן וואס זענען רעליגיעז אויב איז דאס עפעס וואס איר פילט וועט אייך שטערן פון אייער הצלחה.
מיינדפולנעס. איז א שטארקע מיטל צו באלאנסירן לעבן. ריסערטש באשטעטיגט אז ס'טוט וואונדערליכע זאכן צו קעמפן סטרעס. מ'קען אראפלאדענען עפס ווי headspace אדער calm און הערן סאונדס וואס בארוהיגט. אדער "באגלייטע מעדיטעישן" מענטשן שאצן זייער אונטער וואס אזא סעסיע פון צען-פופצן מינוט אריינאטעמען טיפע לאנגע אטעם'ס פון די דייעפרעם (א מוסקל אין בויך) טוט פאר די מוח. גלייבט מיר נישט. איבערצייגט אייך אליין!
גלייב אין די גוטסגייט פון נישט-אידן. מיר זענען אויפגעצויגן געווארן מיט אזויפיל האס צום "גוי" אז טייל פון אונז קענען זיך נאך אלס דאכטן ווי יעדער נישט-איד וויל אונז אלע אויסראטן. דאס קומט פון עליטיסטישע אידילאגיע. גוים זענען אויך פיינע מענטשן, טוען גוטס, און זענען פריינטליך. דאס קען נעמען צייט צו אינטערניליזירן, אבער אז מ'איז באוויסטזיניג דערפון איז עס אסאך לייכטער.
פארש דיינע אינטערעסן. נאך א לעבן פון הערן "ניין" און "דו טארסט נישט" איבער און איבער, וואס קענסטו טוהן אנדערש? און דו האסט יעצט אסאך מער צייט יעצט איז די צייט זיך צו באקענען מיט זיך אליין, פרעג זיך וואס זענען מיינע האביס? צו וואס האב איך א חשק? בפרט פאר פרויען: וואס איז א קאריערע וואס איך האב געוואלט פרובירן אבער קיינמאל נישט געזעהן אלס א געלעגענהייט? נעמען די GED test אא"וו
אנדערע טיפס אדער הערות צו די ליסטע קען מען שיקן דא
דניאל עמרם ללא צנזורה בטלגרם
דניאל עמרם ללא צנזורה
לפניות
וואצפ: wa.me/12017438674
טלגרם: @danielamram1
טוויטר: twitter.com/danielamram3
אינסטגרם: instagram.com/danielamram6
טיקטוק: tiktok.com/@danielamram22
דיסקורד: https://discord.gg/6QqSm3hX2d
Last updated 1 month, 1 week ago
ערוץ הטלגרם האמין ביותר בטלגרם
בתחומי הצבא, המודיעין והביטחון וכמובן ללא צנזורה
כל תיעוד העולה בערוץ ללא קרדיט, הוא במסגרת שימוש לפי סעיף 27 א, הערה חשובה כל הנכתב בערוץ הוא על אחריות הכותב והמדווח
Last updated 3 months, 3 weeks ago
הערוץ הרשמי☑️ Official Channel
ברוכים הבאים פה תקבלו את כל מה שקורה בארץ ובעולם🌏 ללא👁️צנזורה - מיטב התיעודים הכי מעניינים שיש ברשת.
לשיתוף תכנים⬅️ @tzenzora1
👉 t.me//tzenzora 👈 שתפו
היזהרו מחיקויים❗️
#ללאצנזורה
Last updated 3 weeks, 4 days ago