תורה אויף די פרשה

Description
ווען איר טוט זיך אינעם פרייטאג שעה'ן יאגן.
א בארג צו ארלעדיגן טוסטו פארמאגן.

לויפסט אהיים פון מקוה פארשוויצט מיט שיפע קראגן.
אז אלעס זאל זיין גרייט פארן זמן טוסטו זיך פלאגן.

אבער איין מינוט.. האסט שוין א שיינע ווארט פארן שבת סעודה נאכצוזאגן?
Advertising
We recommend to visit

דניאל עמרם ללא צנזורה בטלגרם
דניאל עמרם ללא צנזורה

לפניות
וואצפ: wa.me/12017438674
טלגרם: @danielamram1


טוויטר: twitter.com/danielamram3
אינסטגרם: instagram.com/danielamram6
טיקטוק: tiktok.com/@danielamram22
דיסקורד: https://discord.gg/6QqSm3hX2d

Last updated 1 month, 1 week ago

ערוץ הטלגרם האמין ביותר בטלגרם
בתחומי הצבא, המודיעין והביטחון וכמובן ללא צנזורה
כל תיעוד העולה בערוץ ללא קרדיט, הוא במסגרת שימוש לפי סעיף 27 א, הערה חשובה כל הנכתב בערוץ הוא על אחריות הכותב והמדווח

Last updated 3 months, 3 weeks ago

הערוץ הרשמי☑️ Official Channel

ברוכים הבאים פה תקבלו את כל מה שקורה בארץ ובעולם🌏 ללא👁️⁩צנזורה - מיטב התיעודים הכי מעניינים שיש ברשת.

לשיתוף תכנים⬅️ @tzenzora1

👉 t.me//tzenzora 👈 שתפו

היזהרו מחיקויים❗️

#ללאצנזורה

Last updated 3 weeks, 4 days ago

1 month, 3 weeks ago

גיימער היינט טרייען, צו פארשטיין, און דערגיין.
וואס עפרון דער שיכור טוט אין מח דארט זיין.
און צו מיר מודה זיין עטס אלע קענטס.
אז דער וועג פון רעדן מאכט נישט קיין סענטס.
פאר יעדן איז דער חשבון קלאר.
אז דער פרייז וואס עפרון שלאגט פאר.
איז א געשוואלענער ביז גאר.
אז פון קאפ שטעלטס זיך די האר.
דער גאנצע מעשה איז זייער קלאר נישט.
ערשט ער זאגט איך טשארדש גארנישט.
און ווען אברהם איז גרייט דעם מקח צו שליסן.
טוט ער אים מיט א געריבענער פרייז אנגיסן.
זאגט דער ווישעווער רב דעם בילד איך אויסקלאר עס.
"לעיני בני עמי" נתתיה לך המערות.
ווען ס'שטייט און קוקט די גאצע עולם.
מאכט ער זיך גאר ווי א וואוילעם.
ער שטעלט אן אזא שפיל.
און זאגט פאר פריי געבט ער דעם דיל.
אבער "ביני ובנך" ווען סאיז צווישן פיר אויגן.
קומט דער גנב אן ווי דער דיל איז נישט געשטויגן.
פיר הונדערט גרינע.
פון די גוטע מינע.
דער עובד השם דינט דעם באשעפער נישט נאר לעיני כל הקהל.
א אמת'ע צדיק דינט דער באשעפער אלעמאל!!
#חיי שרה

@Torahoftheparsha

2 months ago

גיי שעכט דיין זון "ויאמר הנני" אברהם אויסריפט-ער.
מיט צען נסיונות די אייבערשטער אים אויספריווט-ער.
די הייליגע דברי שמואל נישט פארשטייט-ער.
פארוואס די נסיון נאר אויף אברהם ארויף גייט-ער.
יצחק האט דאך גרייט געווען זיך צו שעכטן אויפן מזבח.
פארוואס רעדט נישט די תורה פון יצחק'ס גדלות נישט פארשטיי איך.
נאך מער באדערט אים זייער.
פארוואס רעדט נישט די תורה פון די ערשטע נסיון אז אברהם האט זיך געלאזט פארברענען און פייער.
דער דברי שמואל א מוראדיגע תירוץ ענטפערט אינז.
דעיס אז צדיקים זענען גרייט פארן אייבערשטער צו גיין און פייער איז בכלל נישט קיין קונץ.
די זעלבע מיט שעכטן גלייך-איז.
אז ער זעהט נישט דא וואס די מוראדיגע זאך-איז.
ווייל יעדע איד שעכטן פארן אייבערשטער גרייט-איז.
נאר וואס דען אלוקים נסא את אברהם די באדייט-איז?.
זאגט ער אזא מין בחינה.
אז דער אייבערשטער האט געוואלט אויספראבירן אברהם'ס אמונה.
ווייל ער האט דאך אים צוגעזאגט "כחול היום" קינדער האבן גייסט.
און יעצט אים שעכטן ער הייסט.
אין דאך האט אברהם נישט געפרעגט וויאזוי ס'שטימט די צוויי זאכן.
נאר געפאלגט מיט אמונה אן חשבונות מאכן.
ווען די אייבערשטער הייסט חשבונות נישט מאכט-ער.
וואס עס וועט צוברענגן נישט טראכט-ער.
ווייל ווען מען פאלגט די אייבערשטער מיט אמונה אן מאכן חשבונות.
קען מען ביישטיין די גרעסטע נסיונת.
אפילו די זעהסט נישט גלייך דער השגחה פרטית.
אבער דער אייבערשטער האט א חשבון אויף יעדע זאך פארוואס "די", "היינט", "דער זאך", "דא",-טו-עס.
מיט אמונה פשוטה גלייב אז פאר דיין טובה דער זאך זי-איז.
אפילו עס שטומט נישט און "דיין" מחשבה מיטן מציות.
#וירא

@Torahoftheparsha

2 months, 1 week ago

לך לך מבית.
זאגט דער אייבערשטער פאר אברם איך הייס.
פארלאז דיין טאטע'ס הויז.
אויפן וועג לאז דיך ארויס.
רש"י וויל פארשטיין.
פארוואס זאגט נישט די אייבערשטער ווי ער זאל גיין.
זאגט רש"י אז דער אייבערשטער האט אים געוואלט אויף יעדע דיבור באלוינען.
דערפאר האט ער אים נישט גלייך געזאגט ווי ער זאל גיין וואוינען.
איז דער הייליגער מאדזיצ'ע רבי מסביר וואס ס'ליגט דערינען.
וואס האט דא דער אייבערשטער געהאט אינזינען.
אז ווען מענטשן טרעפן אים אינמיטן וועג.
אין מען געבט אים א פרעג.
צו ווי גייסטו ר' אברהם'ן?.
און ער וואלט געענטפערט א פלאץ מיט יענע און יענע נאמען.
וואלט אים קיינער נישט ווייטער געפרעגט פארוואס, פארוואו, פארווען.
ווייל אסאך מענטשן וואס מופן איך קען.
אבער יעצט ווען מען האט אים געפרעגט ווי די גייסט.
האט ער געענטפערט דארט ווי דער אייבערשטער הייסט.
איך ווייס נישט ווי איך דארף אנקומען איך האב נישט קיין דעסטינאציע.
דער אייבערשטער האט מיך געהייסן גיין אן קיין אינפארמאציע.
יעדער האט אים געפרעגט וואס הייסט?.
די ווייסט ניטאמאל ווי די גייסט?.
אזוי האט ער פאר יעדעם קלאר געשטעלט.
איך פאלג דער אייבערשטער ער פירט די וועלט.
ווען דער אייבערשטער הייסט עפעס פרעגט מען נישט קיין שאלות.
אזוי האט ער מפרסם געווען דער באשעפער'ס נאמען מיט התפעלות.
איז דער הייליגער צדיק מסביר וואונדערבאר.
וואס מיינט רש"י מיטן זאגן לתת על כל דיבור ודיבור שכר.
אז יעדעס מאל וואס מסביר זיין פאר איינעם ווער איז דער אייבערשטער איז ער געווען פארנומען.
האט ער דערויף עקסטער שכר באקומען.
דער אייבערשטער וויל שטענדיג הערן.
ווי זיין נאמען טוט דערמאנט ווערן.
אסאך מאל נעמט ער דיך אויף א וועג א שווערן.
ווי די ווייסט נישט ווי די גייסט אנקומען.
מיטן ציל אז "דער אייבערשטער גייט העלפן" זאלסטו שטענדיג ברימען.
די טראכסט ווי טוט מיר דער אייבערשטער פירן?.
פארוואס טוט דאס צו מיר פאסירן.
די טראכט ווען גיי איך פון דעם קלעם ארויס שווימען?.
ווען וועט די ליכטיגקייט אנקומען?.
זאגט דער צדיק זיי געוואונט צו דערמאנען דער אייבערשטער'ס נאמען כסדר.
אזוי וועסטו נישט דארפן צוקומען צו דורך גיין די שווערקייטן ליידער.
#לך לך

@Torahoftheparsha

2 months, 2 weeks ago

זיי טוען אים אויסלאכן.
רעדסט נערישע זאכן.
ס'טוט נישט סענטס מאכן.
שוין איבער הונדערט יאר טוסטו נעגל מיט העלצער קראכן.
די מיינסט טאקע אז דער מבול גייט אנקומען?.
חוזק מאכן איז יעדער געווען פארנומען.
יעדן טאג מיט א פרישקייט טוט נח זעצן.
דערשרעקט זיך נישט פון די וואס העצן.
יעדע נארמאלע מענטש האט אים אויסגעלאכט שמייכל'דיג.
ס'קען דאך נישט זיין שכל'דיג.
איבער הונדערט יאר צוריק האט דיך איינער איינגערעדט עפעס וועגן א מבול.
און די ביסט עס נעבעך מקבל.
עטס קענטס ענק פארשטעלן וויאזוי נח וואלט זיך געדארפט שפירן.
די גאנצע וועלט, יעדער אן אויסנאם טוט אים קריטיקירן.
אבער ער האט זיך נישט געטון פארלירן.
איך טו וואס דער אייבערשטער הייסט, ער טוט דער וועלט פירן.
למעשה די מבול איז אנגעקומען.
אלע הייזער האבן זיך גענומען שווימען.
קיין נברא נישט איבערגעלעבט האט-זי.
פון די אלע לאכער'ס איז געווארן מוצאי.
נאר נח מיט זיין משפחה און די תיבה איז לעבן געבליבן.
אלעס נאר וועגן ער האט זיך נישט פון די לצני הדור צוריבן.
די באשעפער האט אונז א רעסעפי געגעבן.
וואס דאס איז די וועג וואס האלט א מענטש ביים אמת'ע לעבן.
שטייט א צווייטער אין לאכט דערנעבן.
פאר הונדערט צוואנציג יאר זיך נעריש מאכן גייסטו.
וואספארא גוטע זאכן די היינטיגע וועלט פארמאגט פארשטייסטו?.
אזוי טוען אנדערע ר"ל אויסלאכן און טרייבן לצנות.
אבער געדענק זיך נישט צו לאזן מיט נח'ס עקשנות.
ווייל נאר אזוי גייט מען די היינטיגע מבול איבער לעבן.
דורכן טוהן דעם באשעפער'ס שטרעבן.
#נח

@Torahoftheparsha

2 months, 3 weeks ago

די טאג פון די וואך די דריטע.
איז א טאג א גוטע (יום שנכפל בו כי טוב).
איז רש"י מסביר וואס דאס טוט באדייטן.
פארוואס עס שטייט נישט טוב ביים טאג דעם צווייטן.
משא"כ די טאג די דריטער.
צווי מאל וירא אלקים כי טוב שרייבן טוט-ער.
ווייל דער אייבערשטער האט נישט גע'ענדיגט די מאנטאג ארבייט ביזן סוף.
ער האט עס גע'ענדיגט דינסטאג, דערפאר שטייט צווי מאל דינסטאג כי טוב.
פרעגט דער שמן הטוב ער וויל פארשטיין.
פארוואס האט נישט די אייבערשטער אלעס גע'ענדיגט און איין טאג אליין.
עס איז נישט שייך דער אייבערשטער זאל אימיטן ארבייטן שוואך ווערן.
א מורא'דיגע נקודה לאזט ער אונז הערן.
אז אסאך מאל פארשטייט מען נישט וואס ס'פאסירט.
פארוואס האט דער אייבערשטער אזוי געפירט.
א בוך פון קשיות טוט מען פארמאגן.
פארוואס טוט דאס פאסירן מען טוט זיך פלאגן.
וויל אונז דער אייבערשטער זאגן.
מארגן איז א המשך פון היינט ווי אלעס גייט ווערן קלאר.
אסאך מאל קען דער מארגן נעמען אפאר יאר.
אבער אלעס איז טוב גייסטו ווערן געוואר .
אז דער אייבערשטער האט א חשבון אויף יעדע האר.
#בראשית

@Torahoftheparsha

2 months, 3 weeks ago

אויף איין פיס מיך אויסצולערנען די גאנצע תורה ביסטו ביכולות?.
שמאי האט אים ארויסגעווארפן מיט קולה קולות.
צו הלל הזקן געלאפן פרעגן אויב ס'איז שייך.
מיך צו אויסלערנען די גאנצע תורה בשעת אויף איין פיס שטיי-איך.
הלל זאגט אוודאי איך קען שוין אנפאנגן.
ווא"ן טא" טרי" גאו" געגאנגען.
און הלל הייבט אן זאגן טו נישט פאר דיין חבר א זאך וואס איז פאר דיר נישט גוט.
נו זאג ווייטער שנעלער ווייל מיין פיס שוין ווי טוהן טוט.
מיין טייער פריינד די קענסט דיין פיס אראפ לייגען.
דאס איז די גאנצע תורה חזר דיך עס גוט איין וועסטו זעהן וועסט שטייגן.
שמחות תורה מען פרייד זיך אז מען איז דעם תורה מסיים.
נישט פארגעסן די וויכטיגסטע מצוה צו זיין מקיים.
פון אלע מצות ואהבת לרעך כמוך די יסוד אי-דאך.
נו מקיים זיין בשלימות דער מצוה מען מי-דאך.
א איד האט אמאל געקומען געפרעגט דעם חפץ חיים צו אריין טראכטן דערינען.
וואסערע כוונות זאל איך בשעת'ן טאנצן הקפות האבן אונזינען.
האט דער חפץ חיים איין כוונה פון אים געבעטן.
געב אבאכט אויפן חבר'ס פיס נישט צו טרעטן.
די טיף קייט דערפון פארשטייט יעדער איך דארף עס נישט אויסשמועסן.
האט'ס אלע א פרייליכע יום טוב א זיס'ן.
#שמחות תורה

@Torahoftheparsha

5 months ago

א שיינע תורה דא שרייבן איך וויל עס.
עס איז באקאנט אז משה רבינו האט מתפלל געווען פינעף הונדערט און פיפצן תפילות.
פאר צדיקים א קשיא עס פלאגט.
פארוואס האט אים די אייבערשטער נישט גלייך געזאגט.
ביי די ערשטע תפילה וואס משה האט אנגעהויבן קרעכצן.
אז די גייסט נאר געהאלפן ווערן ביי פינף הונדערט און זעכצן.
פארוואס האט ער געדארפט ווארטן ביז ער קומט אהן אהין.
און אים לאזן וויסן ביי פינף הונדערט און פיפטי"ן.
אויכט איז שווער וואס מיינט "בעת ההיא" פרעגן צדיקים וואס איז פשט.
ווען דען האט ער געבעטן אויב נישט און יענע צייט?.
לאזן אונז די צדיקים א מוראדיגע תירוץ הערן.
אז דער אייבערשטער האט געדארפט משה רבינו'ס טרערן.
אז די קומענדיגע דורות זאלן זיך קענען האלטן ערליך.
איז נאר און די זכות פון משה רבינו'ס טרער'לעך.
יעצט פארשטייט מען שוין פארוואס די לשון "בעת ההיא" און פסוק שטייט עס.
ווייל משה האט געבעטן "בעת ההיא" אויף די היינטיגע דורות ארויף גייט עס.
אמאל טראכט א איד איך וויין שוין אזויפיל יאר מיט טרערן.
ווען וועל איך שוין ענדליך געהאלפן ווערן.
צו ווי קומט אהן מיין תפילות טוט באדערן און שטערן.
טוט מיך דען איינער אויסהערן!?!.
זאגן צדיקים די געב נישט אויף איך בעטיר.
אפי' די זעסט נישט יעצט קיין תירוץ ווערט עס אוועק געלייגט פאר שפעטער.
קענסט קיינמאל נישט וויסן פאר ווען די גייסט די טרערן דארפן.
און שפעטער גייסט דיך פרייען מיט וואס די האסט יעצט געטוהן שאפן.
#ואתחנן

@Torahoftheparsha

5 months, 1 week ago

פארוואס איז ירושלים חרוב געווארן די גמרא אונז ערקלערט.
ווייל מען האט שנאת חנם פארמערט.
נאך עד היום פאר דעם מען וויינט און טרערט.
א מורא'דיגע עצה דער אמרי נועם ער שעיר"ט.
צו קענען בקרוב זעהן ווי צוריק אויפגעבויט עס ווערט.
פארשטייט זיך אז מען דארף קוקן פארוואס ס'איז געקומען און טוהן פארקערט.
זיך נישט קריגן מיט א צווייטער זיך רעכענען וואס יענעם שטערט.
ער טייטשט עס זייער שיין אריין און פסוק א שיינע טייטש הערט.
איכה = וויאזוי וועלן מיר אנגיין טוט עטס פלאגן.
אשא לבדי = דאס לאז פאר מיר איך וועל ענק היטן טוט דער באשעפער אונז זאגן.
טרחכם ומשאכם = די טירחה און לאסט וואס עטס דארפטס יא טראגן.
וריבכם = אז עטס זאלטס ענק נישט שלאגן.
נאר שלום זאלן ענק אלעמאל פארמאגן.
#דברים

@Torahoftheparsha

5 months, 2 weeks ago

ויכתוב משה את מוצאיהם למסעיהם על פי השם ואלה מסעיהם למוצאיהם.
דער הייליגער ייטב לב פרעגט אז דער לשן הפסוק נישט איך פארשטיי-אים.
אסאך מאל טראכט א מענטש פארוואס האט דאס געדארפט געשען.
אלעס נאר ווייל איך בין דארט געווען.
אבער דערווייל איז די אמת אז די סיבה פארוואס יענץ איז געשעהן אויף יענע ארט.
איז נאר די סיבה ווייל די ביסט געווען דארט.
ווען די ביסט ווען נישט דארט וואלט יענץ נישט פאסירט.
נאר אז יענץ זאל קענען געשען האט מען דיך אהין געפירט.
דאס איז פשט "ויכתוב משה את מוצאיהם" סאיז אפגעשריבן אויף אלע טרעפונגען וואס איז דיר פארהאן.
"למסעיהם" צו דער פלאץ ווי די וועסט זיין.
"על פי השם" דורכן אויבערשטער'ס דיבור.
"ואלה מסעיהם למוצאיהם" און דאס זענען די טרעפונגען אויף יענעם ארט וואס חזרן זיך ביי דיר איבער.
און קורצן!!! נישט ווייל די בוסט געקומען שפעט האסטו פארפאסט דעם באס און די טוסט דיך די האר פון קאפ רייסן.
נאר דער אייבערשטער האט דיך געמאכט קומען שפעט זאלסט דארפן דעם באס פארפאסן.
#מסעי

@Torahoftheparsha

7 months, 2 weeks ago

דער הייליגער בית ישראל.
פלעגט פארציילן דער מעשה אן א צאל.
איינער איז אמאל אריין צום חפץ חיים.
און זיך אויסגעוויינט אז גמרא נישט איך פארשטיי-אים.
האט ער געבטן דער רבי זאל אים אנוואונטשן א ברכה.
אז ווען ער לערענט זאל ער אייביג זעהן הצלחה.
האט דער חפץ חיים געענטפערט איך פארשטיי נישט וואס איר טוט זאגן.
עס שטייט שתהיו "עמלים" בתורה אז מען זאל זיך פלאגן.
אזא ברכה נישט קענען געבן טו-איך.
ווער זאגט בכלל אז די דארפסט זיין מצליח.
פינקט ווי דער דאקטער וועט הייסן איינעם פאר זיין געזינט וואקן אסאך.
די זעלבע איז דער מענטש מיטן תורה גלייך.
יענעמ'ס ציל איז צו וואקן! נישט ערגעץ אנקומען.
די זעלבע און תורה די ציל איז זיך פלאגן מ'מען.
#בחקותי

@Torahoftheparsha

We recommend to visit

דניאל עמרם ללא צנזורה בטלגרם
דניאל עמרם ללא צנזורה

לפניות
וואצפ: wa.me/12017438674
טלגרם: @danielamram1


טוויטר: twitter.com/danielamram3
אינסטגרם: instagram.com/danielamram6
טיקטוק: tiktok.com/@danielamram22
דיסקורד: https://discord.gg/6QqSm3hX2d

Last updated 1 month, 1 week ago

ערוץ הטלגרם האמין ביותר בטלגרם
בתחומי הצבא, המודיעין והביטחון וכמובן ללא צנזורה
כל תיעוד העולה בערוץ ללא קרדיט, הוא במסגרת שימוש לפי סעיף 27 א, הערה חשובה כל הנכתב בערוץ הוא על אחריות הכותב והמדווח

Last updated 3 months, 3 weeks ago

הערוץ הרשמי☑️ Official Channel

ברוכים הבאים פה תקבלו את כל מה שקורה בארץ ובעולם🌏 ללא👁️⁩צנזורה - מיטב התיעודים הכי מעניינים שיש ברשת.

לשיתוף תכנים⬅️ @tzenzora1

👉 t.me//tzenzora 👈 שתפו

היזהרו מחיקויים❗️

#ללאצנזורה

Last updated 3 weeks, 4 days ago