היינטיגע טשענעל

Description
היינטיגע טשענעל איז א טשענעל וואס וועט אייך געבן א ברייטערע בליק אויף געוויסע זאכן אין די היינטיגע וועלט.
טעכנעלאגיע, ביזנעס, פערזענליכקייטן, פלעצער, און נאך!
צו קאנטעקטן די היינטיגע טשענעל עדמין שיקט א מעסעדזש צו @Hantigachannelanswer_bot
Advertising
We recommend to visit

CONTACT - @SULTAN_587

ORIGINAL CHANNEL LINK - https://t.me/+AAV8xGSZRc40OWJl

SPORTS ANALYST ☑
CRICKET NEWS 📰 , SPORTS ADDA
SESSION SPECIALIST

We Are Cricket Analyst
We Do Not Support Illegal Gambling

Last updated 1 год назад

android Themes @themeChannel
________
submit themes @S4Support

How to create:
t.me/desktopThemes/27
_________
🗞 @geeksChannel
🔎 @stickersChannel
🤖 @botsChannel
📺 @gifsChannel
😱 @viralChannel
🎮 @tlgramGames

need promotion? @S4Support

⚡️ by @S4Dynamics

Last updated 7 лет, 1 месяц назад

A @CMKmedialtd channel.

Get all GB, FM, OG, TM and YO WhatsApp updates.

Last updated 3 месяца назад

5 months, 3 weeks ago
Find all Links for telegram groups, …

Find all Links for telegram groups, channel, bots, that you will ever need
🔗
@linkstogo

5 months, 3 weeks ago

Topic #22
New York

א גוטן צו אונזערע סובסקרייבערס,
דאס מאל מיט א פרישע חידוש,
"היינטיגע פלעצער" !!!

ניו יארק איז א סטעיט אין די יונייטעד סטעיטס אוו אמעריקע,
די סטעיט געפונט זיך אין צפון מזרח פון די יונייטעד סטעיטס, און עס גרעניצט זיך מיט קאנאדע און ניו ענגלאנד (ניו ענגלאנד איז א געגנט וואס נעמט אריין אין זיך, מעין, קאנעטיקעט, מאסעטשוסעטס, ניו העמפשיר, ראוד איילענד, און ווערמאנט.)
די סטעיט איז קודם גערופן געווארן ניו אמסטערדאם, נאך די גרעסטע שטאט אין האלאנד,
אין 1624 האט זיך עס געטוישט צו New Netherland,
דערנאך אין יאר 1664 האבן  די בריטישע איבערגענומען די פלאץ פון די האלאנדישע, און עס געגעבן די נאמען ניו יארק, נאך די שטאט אין לאנדאן יארק,
די האלאנדישע זענען נישט געווען בכוח זיך צוריקצושלאגן מיט די בריטישע ממילא האבן זיי גלייך אויפגעגעבן.
אין 1673 האבן עס די האלאנדישע צוריקגענומען, און געטוישט די נאמען צו ניו אראנדזש.
אין 1674 האבן די האלאנדישע צוריקגעגעבן די שטאט פאר ענגלאנד, אלס א טייל פון דעמאלטסדיגע אויסטויש וואס האלאנד האט געמאכט צו פארענדיגן א קריג וואס זיי האבן דעמאלטס געהאט .
אין יאר 1776 ביי די רעוואלוציע קריג צווישן וואשינגטאן אין ענגלאנד איז עס אריבערגעגאנגען אונטער די הערשאפט פון די אמעריקאנע רעגירונג צוזאמען מיט נאך צוועלף סטעיטס, וואס פון דעים האט זיך געגרינדעט די יונייטעד סטעיטס אוו אמעריקע.
די ערשטע גאווארנער אין ניו יארק איז געווען דזשארדזש קלינטאן, ער איז געווען אין אמט פון 1777 ביז 1795.
ניו יארק איז געווען די הויפטשטאט פון די יונייטעד סטעיטס פון 1785 ביז 1790,
ווי אויך איז די ביל פון רעכטן געמאכט געווארן אין ניו יארק.
ווי אויך איז ניו יארק געווארן די פינאנציעלע הויפט שטאט פון די יונייטעד סטעיטס.
די הויפט שטאט פון ניו יארק איז אלבאני,
די קעפיטעל פון ניו יארק וואס איז אין אלבאני איז געבויעט געווארן צווישן 1867 און 1875,
ס'האבן געארבעט אויף דעים 3 באזונדערע גרופעס פון ארכיטעקטורס,
די דאזיגע קעפיטעל איז געווען די מערסט טייערע רעגירונג'ס בילדונג פון יענע צייט.
די ניו יארק סיטי'ס באן טראנספארטאציע איז איינע פון די עלסטע סיסטעמס פון די וועלט, און ווי אויך איינע פון די גרעסטע אין די וועלט, זיי האבן אזויפיל ווי 472 סטאנציעס לענגאויס ניו יארק.
ווי אויך האט ניו יארק איינע פון די גרעסטע לייברעריס פון די וועלט.

ניו יארק האט בערך 19.7 מיליאן מענטשן, דאס מאכט ניו יארק די דריטע מערסט פאפולערסטע סטעיט פון די יונייטעד סטעיטס.
און ניו יארק רעדט מען אזויפיל ווי 800 שפראכן,
ניו יארק האט די גרעסטע אידישע קאמיוניטי איינס נאך ארץ ישראל.
ניו יארק האט די מערסטע ביליאנערן, פון די גאנצע וועלט.
ניו יארק איז געווען די ערשטע סטעיט צו פארלאנגען לייסענס פלעיטס פאר קארס און מאטאר-ביציקלעך, אין יאר 1901,
די ביל איז אונטערגעשריבן געווארן דורך די דעמאלטסדיגע גאווארנער Benjamin Odell Jr,
דאס איז פארלאנגט געווארן צוליב די צאל קארן וואס האבן זיך דעמאלטס פארמערט אויף די גאסן, און דאס האט געמאכט שווער צו אינדענטיפיצירן די קארן פאר וועם עס באלאנגט.
ביז אין יאר 2020 איז געווען געלע פלעיטס וואס איז געשטאנען עמפייער סטעיט, וואס דאס איז אויך א ניק נעם פאר ניו יארק,
און פון 2020 האט מען אנגעהויבן צו מאכן ווייסע פלעיטס וואס שטייט Excelsior.
אין 2001 האט מען אנגעפאנגען ביי די ענגלישע אות A און מ'האלט שוין יעצט איבער K.
די צווילינג געביידעס וואס איז געווארן אטאקירט דורך טעראריסטן איז געווען אין ניו יארק סיטי,
נאכדעם וואס ס'איז געווארן אראפגעווארפן האט מען געבויעט א נייע בנין נעבן יענע פלאץ, וואס ווערט אנגערופן די פרייהייט טורעם.
ווי אויך איז די סטאטוע אויף פרייהייט אויך אין ניו יארק סיטי.
ניו יארק סטעיט האט און זיך אזויפיל ווי 2.3 מיליאן קלענערע ביזנעסער,
און אין די ביזנעסער איז דא אזויפיל ווי 4.1 מיליאן ארבעטער,
אסאך פון די ביזנעסער ווערן געפירט דורך פרויען.
ניו יארק האט ביז דערווייל געהאט 57 גאווערנער'ס, און די איינציגסטע גאווארנער וואס איז א פרוי איז די יעצטיגע גאווארנער קאטי האקעל.
די רייכסטע מענטש אין ניו יארק איז די געוועזענע מעיאר פון ניו יארק סיטי מייקל בלומבערג, וואס זיין פארמעגן איז ווערד  96.3 ביליאן דאלאר.
אין ניו יארק סטעיט איז דא 31 אינטערסטעיט הייעוועיס .

אביסל מאדנע געזעצן וואס איז דא אין ניו יארק:
מען טאר נישט ארויסגיין אין פובליק מיט קראקס נאך 10 ביינאכט.
מ'טאר נישט לייגן א אייז קריעם קאון און די בעק טאש און א זונטאג.
מ'מעג נישט שיסן א באל אויף איינעמס קאפ אפילו פאר פאן.
מ'טאר נישט כאפן א סעלפי מיט א טייגער, די שטראף קען זיין 500 דאלער.
מ'טאר נישט ארויסלאזן מער ווי 25 געז באלאנס אויף איין מאל.

5 months, 3 weeks ago
היינטיגע טשענעל
6 months, 2 weeks ago

א גרויסן שכח פאר אלע אונזערע סובסקרייבער פארן אונז העלפן דערגרייכן צו אזא נומבער.

גלייכצייטיג טוען מיר בעטן פון אייך אונז ארויסצוהעלפן אויף ווייטער מיטן ארומשיקן אונזער לינק צו אייערע נאנטע פריינט וכו'...
https://t.me/hantigechannel

Telegram

היינטיגע טשענעל

היינטיגע טשענעל איז א טשענעל וואס וועט אייך געבן א ברייטערע בליק אויף געוויסע זאכן אין די היינטיגע וועלט. טעכנעלאגיע, ביזנעס, פערזענליכקייטן, פלעצער, און נאך! צו קאנטעקטן די היינטיגע טשענעל עדמין שיקט א מעסעדזש צו @Hantigachannelanswer\_bot

א גרויסן שכח פאר אלע אונזערע סובסקרייבער פארן אונז העלפן דערגרייכן צו אזא נומבער.
6 months, 2 weeks ago
היינטיגע טשענעל
6 months, 2 weeks ago

Topic #21

Current president of the United States!
Mr Joe Biden...

א גוטן צו אונזערע סובסקרייבער,
דאסמאל זענען מיר דא פאר אייך מיט א פרישע חידוש:
"היינטיגע פערזענליכקייטן" !!!

מיר וועלן איבערגיין אין דעם ארטיקל די היסטאריע ביזן היינטיגן טאג פון די 46'טע פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן דזשאו ביידען!

די פרעזידענט איז געבוירן אין 11/20/1942,
אין די אידישע לוח קומט עס אויס ה' אלפים שנת תש"ג,
צו זיינע עלטערן, Joseph R. Biden Sr. און Catherine Eugenia Finnegan.
די פרעזידענט איז געבוירן אין אמעריקע אין די סטעיט פענסעלוועניע,
זינט 1969 איז די פרעזידענט איינגעשריבן אין די דעמאקראטישע פארטיי.
זיין טאטע איז אויך געווען א דעמאקראט.
ווען דזשאו ביידען איז אלט געווען 28 יאר, און יאר 1970, איז ער געלאפן פאר די Delaware זיץ אינעם סענאט, אויף א ליבעראלע פלאטפארמע,
אין יאר 1973 האט ער אפציעל אנגעהויבן אין די פאליטישע וועלט, אלס א סענאטאר, פאר זיין היימשטאט Delaware, ער איז געווען אין די סענאט ביז אין יאר 2009,
ביידען איז געווען בלויז 30 יאר ווען ער איז אריין אין די סענאט, די זיבעטע אינגסטע סענאטער אין די אמעריקאנער היסטאריע.
ווי אויך איז ער געווען די לענגסטע סענאטער פון Delaware, ווי ער איז זעקס מאל געווארן ערוועלט.
אין יאר 2009 איז ער געווארן די וויצע פרעזידענט פון די דעמאלסטיגע פרעזידענט באראק אבאמא,
ער איז געווען די 47'טע וויצע פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן,
ער האט געדינט אויפן אמט ביז 2017.
ביידען איז צום ערשטן מאל געלאפן פאר פרעזידענט פון די דעמאקראטישע פארטיי אין יאר 1988 אנטקעגן זיין קעגנער פון די דעמאקראטישע פארטיי Michael Dukakis , און ער האט עס נישט געווינען,
אין יאר 2008 האט ער צום צווייטן מאל פרובירט צו לויפן פאר די פרעזידענטשאפט, אנטקעגן באראק אבאמא, און עס ווידעראמאל נישט געמאכט,
אבער דאסמאל האט אים באראק אבאמא אויפגענומען אלס די וויצע פרעזידענט ווי אויבנדערמאנט.
אין April 25, 2019 האט ביידען אפציעל געמאלדן אז ער וועט ווידעראמאל לויפן פאר די 2020 פרעזידענטליכע וואלן,
ער האט געווינען די דעמאקראטישע פארטיי פארמעסט,
און דעמאלטס האט זיך אנגעהויבן די ביטערע שלאכטן צווישן אים און זיין רעפובליקאנער קעגנער די דעמאלסטיגע פרעזידענט, מר. דאנאלד טראמפ,
ביי די יעצטיגע וואלן אנדערש פון פריער האט ער יא געוואונען די וואלן, אבער מיט א גאר שמאלע אויבערהאנט קעגן דאנאלד טראמפ, (מיר גייען בכלל נישט אריין אין די נושא, צו ס'איז געווען פאלטשע וואלן, מיר ברענגען אייך נאר די פאקטן וואס איז געווארן) ..

ביידען איז געווארן איינגעשוווירן אלס די 46'טע פרעזידענט אין January 20, 2021.
ביידען האט אויפגענומען קאמאלע העריס פאר זיין וויצע פרעזידענט.

די פרעזידענט האט אונטערגעשריבן אין 2021 א ביל פון 1.9 טריליאן דאלאר, עקענאמישע סטיומילוס פעקעדזש, וועגן די קאוויד 19 ווירוס , און אלעס ארום דעים.
אין May 1, 2021 האט ביידען געמאלדן אז אמעריקע וועט ארויסנעמען איר מיליטער פון אפגאניסטאן, נאך א פארצויגענע קריג, פון 20 יאר.
ביידען האט ביז דערווייל שוין ארויסגעגעבן 124 עקזעקטיוו ארדערס, דאס קומט אויס בערך 44 פער יאר וואס ער איז און אמט.
זינט די אנהייב פון די קריג צווישען רוסלאנד און אוקראינע האט שוין ביידען געגעבן מער פון 75 ביליאן דאלער צו שטיצן אוקריינע.
די פרעזידענט איז שוין ארויסגעפלויגן פון אמעריקע 16 מאל צו 23 קאנטריס ארום די וועלט,
צווישן January און June יאר 2021 איז ער בכלל נישט געפלויגן צוליב די קאוויד 19 פענדעמיק,
די לעצטע מאל ביז דערווייל וואס די פרעזידענט איז געפלויגן איז געווען צו מדינת ישראל, כדי צו ווייזן שטיצע פאר מדינת ישראל איבער די אנגייענדע מלחמה מיט כאמאס.
אין יאר 2022 האט ביידען געהאלטן ביי 9 מאל וואס מ'האט אים פרובירט צו אומפיטשן.

ס'ווערט ערווארטעט א ביטערע פארמעסט פאר די קומענדיגע עלעקשאנס, ווי ביידען וועט זיך לכאורה צום צווייטן מאל שלאגן מיט די געוועזענע פרעזידענט דאנאלד טראמפ, שווער צו פאראויסזאגן א געווינס פאר ביידע זייטן.
ס'איז נאך פארבליבן פאר ביידען'ס טערמין 441 טעג.

6 months, 2 weeks ago
היינטיגע טשענעל
6 months, 2 weeks ago

קומט אריין קלאר מיט עמאדזשיס לרגל די 20'טע topic !!!!!
❤️👍👌😝😜 וכו'

6 months, 2 weeks ago

Topic #20
Amazon

עמעזאן איז א עלעקטראניק האנדעל פלאץ (e-commerce), וואס האט זיך אנגעפאנגען אלס א אנליין ביכער סטאר, אבער ס'איז שנעל אריבער געגאנגען צו א מולטי נעשאנעל קאַנגלאַמעראַט (דאס באדייט א ריזיגע קאמפעני וואס האט אונטער זיך קלענערע קאמפאניס אדער אפטיילונגן וואס האבן געוויסע פראדוקטן אדער סערוויסעס) מיט א ברייטקייט פון אסאך מינע געשעפטן, אריינגערעכנט: אנליין ריטעיל, cloud computing, דיזשיטל סטרימינג, ארטיפיקל אינטעליעדזשענט, באוואוסט אלס אלעקסיי, און נאך, און אזוי איז עס באוואוסט אלס א טעכנעלאגישע פירמע מיט א שטארקע פאקוס אויף עלעקטראנישע האנדל.
עמעזאן איז געווארן געגרינדעט אין July 5, 1994 , דורך jeff bezos ,וואס האט קודם געארבעט אין א קאמפעני וואס האט דעוועלאפט קאמפיוטערס, און פון דארט קומט זיין וויסענשאפט צו טעקניקל סקילס, און ער האט געזען אין די פריע 1990s די שנעלקייט פון די אינטערנעט, און ער האט פארשטאנען אז אנליין שאפינג האט האפענונג צו אפפערן קאסטומערס א סלעקשאן אויף פראדוקטן , צו קענען קויפן פונדערהיים.
ער האט אנגעפאנגען העווי צו אינוועסטירן אין די עלעקטראנישע האנדלס מארקעט, מיט בויען די אינטערפעיס פאר e-commerce, אריינגערעכנט ווערהאוזעס, און דיסטריביטן צענטערס.
פון די גרינדונג פון עמעזאן איז jeff bezos געווען די CEO פון עמעזאן, אבער ער האט אראפגעטרעטן פון זיין פאזיציע אין July 2021, ווען ער האט עס איבערגעגעבן פאר Andy Jassy, וואס איז געווען מיט עמעזאן זינט 1997 און געשפילט א גרויסע ראלע מיטן העלפן בויען די עמעזאן וועב סערוויס.
מיט דעים אלעם איז jeff bezos נאכאלץ די עקזעקטיוו טשעירמאן פון עמעזאן און ער האט די מערהייט באזיצער שאפט פון די קאמפעני.
די ערשטע ארדער וואס איז געווארן געמאכט אויף עמעזאן איז געמאכט געווארן אין די ערשטע יאר און april 3, אויף א ביך פון סייענס מיט די נאמען Fluid Concepts and Creative Analogies.
עמעזאן האט אנגעפאנגען צו פארקויפן זייערע שעירס פאר די פובליק אין May 15, 199, ס'האט זיך אנגעפאנגען מיט $18 פער שעיר, די יעצטיגע ווערט פון עמעזאן'ס שעיר איז $138.12.
די מערסטע שעירס האבן די קאמפעני אינסיידערס, ווי Jeff Bezos, Andrew Jassy, and Douglas Herrington.
עמעזאן איז ווערט היינט צוטאָגס 1.42 trillion אמעריקאנע דאלער, דאס מאכט עמעזאן די פיפטע רייכסטע קאמפעני.
עמעזאן האט 1.6 million ארבעטער, די מערסטע זענען אין די united states, זיי האבן ארבעטער אין 47 סטעיטס.
עמעזאן האט אזויפיל ווי 9.7 million פארקויפער איבער די וועלט.
עמעזאן האט 1,137 דיסטריביושן צענטערס און די us מיט פלענער צו עפענען נאך 331.
עמעזאן פארקויפט איבער 350 million פראדוקטן , עמעזאן אליינס פארקויפט איבער 12 million פראדוקטן,
עמעזאן פארקויפט יעדן טאג אייטעמס און די ווערט פון $1.6 ביליאן, זיי שיקן ארויס 66,000 פראדוקטן יעדע שעה, און 19 ארדערס יעדע סעקונדע.
עמעזאן האט איבער 100 פריוואטע ברענדס, אריינגערעכנט עסן , קליידער, עלעקטראניק, און נאך.
עמעזאן איז איינע פון די אפציעלע פארקויפער פון עפל פראדוקטן.
עמעזאן האט א אייגענע טעלעפאון מיט די נאמען amazon fire phone, די פאון ראנט אויף א סיסטעם פון ענדראויד וואס הייסט fire OS, עמעזאן האט אויך זייער אייגענע טעבלעט.
עמעזאן ווערט אנגערופן מיט די נאמען עמעזאן ווייל ס'הייבט זיך אן מיט די ערשטע בוכשטאב פון די ענגלישע בוכשטאבן, און וויבאלד ס'איז אויך די נאמען פון די עמעזאן ריווער וואס איז איינע פון די גרעסטע ריווערס אין די וועלט, און ס'טוט ריפלעקטן די גרויסקייט פון עמעזאן.
די לאגא פון עמעזאן איז די ווארט amazon און א arrow פון די a ביז די z , דאס זעהט אויס ווי א שמייכל וואס דאס טוט סימבאליזירן אז עמעזאן איז פרייליך צו דערליווערן אלעס און איבעראל, עמעזאן האט אויך געזאגט אז די arrow פון די a ביז די z טוט סימבאליזירן אז זיי פארקויפן אלעס פון a ביז z.

6 months, 2 weeks ago
היינטיגע טשענעל
We recommend to visit

CONTACT - @SULTAN_587

ORIGINAL CHANNEL LINK - https://t.me/+AAV8xGSZRc40OWJl

SPORTS ANALYST ☑
CRICKET NEWS 📰 , SPORTS ADDA
SESSION SPECIALIST

We Are Cricket Analyst
We Do Not Support Illegal Gambling

Last updated 1 год назад

android Themes @themeChannel
________
submit themes @S4Support

How to create:
t.me/desktopThemes/27
_________
🗞 @geeksChannel
🔎 @stickersChannel
🤖 @botsChannel
📺 @gifsChannel
😱 @viralChannel
🎮 @tlgramGames

need promotion? @S4Support

⚡️ by @S4Dynamics

Last updated 7 лет, 1 месяц назад

A @CMKmedialtd channel.

Get all GB, FM, OG, TM and YO WhatsApp updates.

Last updated 3 месяца назад