היינטיגע ביזנעסער

Description
היינטיגע ביזנעסער איז א טשענעל אונטער די היינטיגע טשענעלס.
דא וועט איר באקומען א שטיקל בליק אויף די היינטיגע ביזנעסער.
צו קאנטעקטן די היינטיגע טשענעלס שיקט א מעסעדזש צו. @Hantigachannelanswer_bot
Advertising
We recommend to visit

آموزش پزشكي

Last updated 1 week, 2 days ago

Chem ?
Admin - @sanjay_jangid81

Last updated 1 year, 6 months ago

Arab tili nahv-sarf darsliklari

@arabicuz_nahv (nahv-sarf kanal)
@arabicuz (hikmat-kanal)
@arabicuz_matn (hikmat-matnli kanal)
@arabicuz_bot (hikmat-bot)
@Arabicuz_Media_bot (video darsliklar)

Last updated 4 months, 1 week ago

1 year, 1 month ago
1 year, 2 months ago

Topic #3
Amazon

עמעזאן איז א עלעקטראניק האנדעל פלאץ (e-commerce), וואס האט זיך אנגעפאנגען אלס א אנליין ביכער סטאר, אבער ס'איז שנעל אריבער געגאנגען צו א מולטי נעשאנעל קאַנגלאַמעראַט (דאס באדייט א ריזיגע קאמפעני וואס האט אונטער זיך קלענערע קאמפאניס אדער אפטיילונגן וואס האבן געוויסע פראדוקטן אדער סערוויסעס) מיט א ברייטקייט פון אסאך מינע געשעפטן, אריינגערעכנט: אנליין ריטעיל, cloud computing, דיזשיטל סטרימינג, ארטיפיקל אינטעליעדזשענט, באוואוסט אלס אלעקסיי, און נאך, און אזוי איז עס באוואוסט אלס א טעכנעלאגישע פירמע מיט א שטארקע פאקוס אויף עלעקטראנישע האנדל.
עמעזאן איז געווארן געגרינדעט אין July 5, 1994 , דורך jeff bezos ,וואס האט קודם געארבעט אין א קאמפעני וואס האט דעוועלאפט קאמפיוטערס, און פון דארט קומט זיין וויסענשאפט צו טעקניקל סקילס, און ער האט געזען אין די פריע 1990s די שנעלקייט פון די אינטערנעט, און ער האט פארשטאנען אז אנליין שאפינג האט האפענונג צו אפפערן קאסטומערס א סלעקשאן אויף פראדוקטן , צו קענען קויפן פונדערהיים.
ער האט אנגעפאנגען העווי צו אינוועסטירן אין די עלעקטראנישע האנדלס מארקעט, מיט בויען די אינטערפעיס פאר e-commerce, אריינגערעכנט ווערהאוזעס, און דיסטריביטן צענטערס.
פון די גרינדונג פון עמעזאן איז jeff bezos געווען די CEO פון עמעזאן, אבער ער האט אראפגעטרעטן פון זיין פאזיציע אין July 2021, ווען ער האט עס איבערגעגעבן פאר Andy Jassy, וואס איז געווען מיט עמעזאן זינט 1997 און געשפילט א גרויסע ראלע מיטן העלפן בויען די עמעזאן וועב סערוויס.
מיט דעים אלעם איז jeff bezos נאכאלץ די עקזעקטיוו טשעירמאן פון עמעזאן און ער האט די מערהייט באזיצער שאפט פון די קאמפעני.
די ערשטע ארדער וואס איז געווארן געמאכט אויף עמעזאן איז געמאכט געווארן אין די ערשטע יאר און april 3, אויף א ביך פון סייענס מיט די נאמען Fluid Concepts and Creative Analogies.
עמעזאן האט אנגעפאנגען צו פארקויפן זייערע שעירס פאר די פובליק אין May 15, 199, ס'האט זיך אנגעפאנגען מיט $18 פער שעיר, די יעצטיגע ווערט פון עמעזאן'ס שעיר איז $138.12.
די מערסטע שעירס האבן די קאמפעני אינסיידערס, ווי Jeff Bezos, Andrew Jassy, and Douglas Herrington.
עמעזאן איז ווערט היינט צוטאָגס 1.42 trillion אמעריקאנע דאלער, דאס מאכט עמעזאן די פיפטע רייכסטע קאמפעני.
עמעזאן האט 1.6 million ארבעטער, די מערסטע זענען אין די united states, זיי האבן ארבעטער אין 47 סטעיטס.
עמעזאן האט אזויפיל ווי 9.7 million פארקויפער איבער די וועלט.
עמעזאן האט 1,137 דיסטריביושן צענטערס און די us מיט פלענער צו עפענען נאך 331.
עמעזאן פארקויפט איבער 350 million פראדוקטן , עמעזאן אליינס פארקויפט איבער 12 million פראדוקטן,
עמעזאן פארקויפט יעדן טאג אייטעמס און די ווערט פון $1.6 million, זיי שיקן ארויס 66,000 פראדוקטן יעדע שעה, און 19 ארדערס יעדע סעקונדע.
עמעזאן האט איבער 100 פריוואטע ברענדס, אריינגערעכנט עסן , קליידער, עלעקטראניק, און נאך.
עמעזאן איז איינע פון די אפציעלע פארקויפער פון עפל פראדוקטן.
עמעזאן האט א אייגענע טעלעפאון מיט די נאמען amazon fire phone, די פאון ראנט אויף א סיסטעם פון ענדראויד וואס הייסט fire OS, עמעזאן האט אויך זייער אייגענע טעבלעט.
עמעזאן ווערט אנגערופן מיט די נאמען עמעזאן ווייל ס'הייבט זיך אן מיט די ערשטע בוכשטאב פון די ענגלישע בוכשטאבן, און וויבאלד ס'איז אויך די נאמען פון די עמעזאן ריווער וואס איז איינע פון די גרעסטע ריווערס אין די וועלט, און ס'טוט ריפלעקטן די גרויסקייט פון עמעזאן.
די לאגא פון עמעזאן איז די ווארט amazon און א arrow פון די a ביז די z , דאס זעהט אויס ווי א שמייכל וואס דאס טוט סימבאליזירן אז עמעזאן איז פרייליך צו דערליווערן אלעס און איבעראל, עמעזאן האט אויך געזאגט אז די arrow פון די a ביז די z טוט סימבאליזירן אז זיי פארקויפן אלעס פון a ביז z.

1 year, 2 months ago
היינטיגע ביזנעסער
1 year, 2 months ago

Topic #2
Apple inc.

עפל באוואוסט אלס Apple inc וואס האט קודם געהייסן Apple computer איז די גרעסטע ביזנעס אין די us, די ביזנעס איז א אמעריקאנע קאמפיוטער און עלעקטראניק קאמפעני, באוואוסט מיט די iPhone, און ווי אויך מיט די iPad, און מיט די Mac קאמפיוטערס .
עפל איז געווארן געפענט אין April 1, 1976 , דורך Steve Jobs און Steve Wozniak, וואס זייער געדאנק איז געווען אז מענטשן זאלן האבן א נייע בליק אויף קאמפיוטערס, און אז קאמפיוטערס זאלן ווערן קלענער און מענטשן זאלן עס קענען נוצן אינדערהיים און אין די אפיסעס גרינגער.
די ערשטע CEO פון עפל איז געווען Michael Scotty Scott, ער איז געווען די CEO פון 1977 ביז 1981.
די ערשטע קאמפיוטער איז געמאכט געווארן דורך Steve Wozniak און 1976, ארגינעל געווארן ארויסגעגעבן אלס עפל קאמפיוטער אדער ווי באוואוסט היינט אלס די Apple I , אדער די Apple 1, די קאמפיוטער איז געווארן פארקויפט פאר $666.66, און די ערשטע פופציג יוניטס איז געווארן פארקויפט פאר א לאקאלע קאמפיוטער געשעפט, ס'איז געווען א טאטעל אויף 200 יוניטס.
די ערשטע אינוועסטאר אין עפל איז געווען Mike Markkula וואס האט אריינגעלייגט פון זיין אייגן געלט $150,000 אין 1977, וואס איז היינט ווערט בערך א מיליאן דאלער.
און Dec. 12, 1980 האט עפל אנגעפאנגען צו פארקויפן זייערע שעירס פאר די פובליק , און זיי האבן פארקויפט 46 million שעירס פאר די ווערט פון $22 פער שעיר. היינט צוטאגס איז א שעיר אין עפל ווערט 176.57 דאלער, און אנדערע ווערטער, אויב איינער האט אריינגעלייגט אין 1980 $100 איז עס היינט צוטאגס ווערט $11,889.12.
און 1998 איז עפל געווארן פאפולער און סוקסעספול, נאכדעם וואס זיי האבן ארויסגעגעבן די iMac און עס איז געווארן גאר שנעל אויפגעכאפט אלס איינס פון די בעסטע אייטעמס פון עפל, ס'איז געווארן דעזיינט דורך Jony Ive.
היינט צוטאגס האט די The Vanguard Group די מערסטע סטאקס אין עפל וואס דאס איז 7.92% פון די עפל סטאק מארקעט, די צווייט מערסטע שעיר האלדער איז די Berkshire Hathaway וואס האבן 5.82% פון עפל'ס סטאק מארקעט.
און May 19, 2001 האט זיך די ערשטע עפל סטאר געפענט אין Tysons virginia , ס'איז געווארן געפענט דורך Steve Jobs , ס'איז דא א געוואלדיגע ווידיאו וואס איז געמאכט געווארן דורך Steve Jobs וואס ער גיבט א טור אין די ערשטע עפל סטאר, היינט צוטאגס האט עפל אזויפיל ווי 272 סטארס און די united states, די פלאץ און די united states מיט די מערסטע עפל סטארס איז קאליפארניע וואס האט א טאטעל אויף 54 סטארס, און מער פון 520 סטארס און 26 קאנטריס ארום די וועלט, 45 סטארס אין טשיינע, 39 סטארס און די יונייטעד קינגדאם, 28 סטארס און קאנאדע , 22 אין אויסטראליע, 20 אין פראנקרייך ,און 2 אין אינדיע.
6 סטעיטס האבן נישט א עפל סטאר און דעיס איז Montana, North Dakota, South Dakota, Vermont, West Virginia, and Wyoming.
עפל האט היינט צוטאגס איבער 100 פראדוקטן וואס ווערט פארקויפט, און אויב קוקט מען אויף אלע ווערסיעס קומט עס אויס איבער 200 פראדוקטן.
עפל האט מער פון 1.8 ביליאן אקטיווע דעווייסעס איבער די וועלט.
די מערסט פאפולערער אייטעם פון עפל איז די iPhone . וואס עס ווערט פארקויפט דערפון בערך 4 מיליאן יעדן טאג.
עפל מאכט יעדן טאג בערך $157 billion , וואס דאס קומט אויס בערך $1,820 יעדע סעקונדע.
עפל איז ווערט היינט צוטאגס איבער 2.76 trillion דאלער.
עפל האט אין יאר 2022 געהאט 164,000 ארבעטערס.
אין November 10, 1997 האט עפל ארויסגעלייגט אז מ'קען שוין קויפן אנליין אויף זייער וועבזייטל.
בערך %12 פון עפלס סעילס איז אנליין.
עפל האט שוין געטוישט זייער לאגא עטליכע מאל און געווענליך איז עס געווען ווען זיי האבן אביסל געטוישט זייער ציל , גאר אינטערעסאנט איז אז די סיבה פארוואס די לאגא האט א עפל איז ווייל Steve Jobs איז געווען אויף א דיעטע פון פרוכט און ער האט גאר שטארק געגליכן עפל, און דעריבער האט ער גערופן זיין ביזנעס עפל, די באדייט פון די ביס אריין און די עפל האבן זיי געמאכט אז אפילו ווען די סימבאל וועט זיין זייער קליין וועט עס ווייטער אויסזעהן ווי א עפל און נישט ווי א טשערי, די קאליר פון די לאגא איז א געמיש פון שווארץ ווייס און זילבער וואס דאס גיבט א מאכטפולע בליק פאר די פראדוקטן.

1 year, 2 months ago
היינטיגע ביזנעסער
1 year, 2 months ago

Topic #1

Walmart

וואלמארט איז א ריזיגע טשעין סטאר וואס פארקויפט גראסערי אייטעמס, עלעקטראניק , קליידער , היים זאכן און נאך, און ווי אויך איז עס באוואוסט מיט זייערע ביליגע פרייזן.
וואלמארט איז געווארן געפענט און july 2 1962 דורך איין מענטש Sam Walton וואס זיין ציל איז געווען צו שפארן פאר מענטשן געלט און אזוי וועט מען קענען לעבן בעסער,
קודם איז Sam Walton געווען און די ארמיי און דארט האט ער זיך אפגעשפארט 5,000 דאלער און מיט די הילף פון זיין זיידע וואס האט אים פארבארגט 20,000 דאלער האט ער אויף געפענט די ערשטע וואלמארט געשעפט אין Rogers, Arkansas.
פון דעמאלטס ביז היינט צוטאג איז דא אזויפיל ווי 10,623 וואלמארט געשעפטן, די געשעפטן אפערירן און 20 קאנטריס ארום די וועלט אזוי ווי די united states, אפריקע, קענעדע, סענטראל אמעריקע, טשילע, טשיינע, אינדיע, מעקסיקא, און נאך.
און די united states און אין קאנאדע ווערט עס אנגערופן walmart, און אין מעקסיקא און ווי אויך און סענטראל אמעריקע ווערט עס אנגערופען Walmart de México y Centroamérica, און אין אינדיע מיט די נאמען Flipkart Wholesale.
און די UK האט אויך וואלמארט א גרויסע טייל און די געשעפט פון asda וואס איז אויך אזא געשעפט ווי וואלמארט, זיי האבן עס געקויפט און 1999 פאר £6.7 billion וואס קומט אויס $10.8 billion .
היינט צוטאגס איז וואלמארט owned ביי די שעיר האלדערס און די גרעסטע טייל דערפון איז owned דורך די Walton פאמיליע וואס זיי האבן 50% פון די שעירס.
וואלמארט האט איבער 2.3 מיליאן ארבעטער, און זייערע סטארס, וואס 1.2 מיליאן דערפון איז אין די united states, און יעדע סטאר איז דא בערך 350 ארבעטערס, געוואנדען און די גרויסקייט פון די סטאר.
וואלמארט האט אזויפיל ווי 37 million איינקויפער טעגליך איבער די וועלט, און מער פון 10,000 איינקויפער און די united states.
וואלמארט פארקויפט איבער 120,000 אייטעמס און זייערע געשעפטן.
וואלמארט איז האט שוין געמאכט 611 billion US dollars פראפיט, און מיט דעים ווערט עס די וועלט'ס גרעסטע קאמפעני וואס האט געמאכט אזוי פיל געלט.
און יאר 2000 האט וואל-מארט געפענט זייער וועבזייטל walmart.com וואס ערלויבט פאר מענטשן צו קויפן אנליין אלע זייערע געברויכן.
אזוי פיל ווי 120 מיליאן מענטשן באזוכן חודש'ליך אויף וואל-מארטס וועבזייטל.
און 2023 האט וואלמארט געמאכט פון זייערע איינקויפער אויפן אינטערנעט 82.1 billion דאלער.
די גרעסטע וואלמארט געשעפט איז אין אלבאני ניו יארק , און די קלענסטע וואלמארט געשעפט איז אין FAYETTEVILLE.
א שעיר פון וואלמארט איז יעצט ווערט $ 160.35.
אינטערעסאנט איז אז די מערסט געקויפטע אייטעם אין וואלמארט איז בענענעס , וואס איבער 1.5 ביליאן פונט ווערט פארקויפט א יאר .
וואלמארט האט אזויפיל ווי 29,000 פראדוקטן וואס איז אונטער זייער אייגענע ברענד, זיי האבן מער פון 315 ברענדס, צוטיילט און 20 קאטעגאריעס, די מערסט פאפולערע ברענד פון זיי איז Great Value , און דערנאך איז Equate.
וואלמארט האט א אפציע פון וואלמארט פלאס וואס דאס געט צו אסאך בענעפיטן פאר די מעמבער'ס, ווי למשל פרי דעליווערי פון זייער לאקאלע וואלמארט געשעפט, און ווי אויך קענען זיי סקענען זייערע אייטעמס אויפן טעלעפאון און זיי ברויכן נישט שטיין און די רייע צו באצאלן, וואלמארט ארבעט צוצולייגן נאך בענעפיטן פאר די walmart plus מעמבער'ס, די פרייז צו זיין א מעמבער איז $12.95 א חודש, אדער $98 א יאר.
וואלמארט האט שוין געטוישט זייער לאגא 7 מאל ביז צו די יעצטיגע
לאגא וואס באדייט עטליכע זאכן, קודם כל די ספארקס באדייט די געניאלע בייפאלן פון Sam Walton און די שעיפ באדייט די פריינטליכקייט פון וואלמארט, און די קאמבינאציע פון די בלוי און געל קאלירן באדייט די גוטע קוואליטעט פון זייערע אייטעמס.

1 year, 2 months ago
היינטיגע ביזנעסער
We recommend to visit

آموزش پزشكي

Last updated 1 week, 2 days ago

Chem ?
Admin - @sanjay_jangid81

Last updated 1 year, 6 months ago

Arab tili nahv-sarf darsliklari

@arabicuz_nahv (nahv-sarf kanal)
@arabicuz (hikmat-kanal)
@arabicuz_matn (hikmat-matnli kanal)
@arabicuz_bot (hikmat-bot)
@Arabicuz_Media_bot (video darsliklar)

Last updated 4 months, 1 week ago