Why Pay for Entertainment? Access Thousands of Free Downloads Now!

שאכמאט עפיק שפיל️

Description
אלעס ארום די אומגלויבליכע מיסטעריעזע עפיק שפיל!
Advertising
We recommend to visit

Last updated 1 month, 3 weeks ago

מערכת "צופר" מתריעה על אזעקות בישראל בזמן אמת, במגוון אמצעים שונים. אפליקציה לאנדרואיד ולאייפון, ערוץ וואטסאפ, דף אינטרנט, פייסבוק, טוויטר ועוד.

אפליקציה לאייפון ואנדרואיד, ואמצעי התרעה נוספים:
https://tzevaadom.co.il/systems

לפניות: @ItaiGu

Last updated 3 weeks, 1 day ago

Real Dreem 11 prediction Channel join Karke Dekho Pata chalega

Paid post contact here: @Teamskyworld_bot

Disclaimer : This game involes an element of financial risk and may be addictive
Please play responsibly and your own risk

Last updated 3 weeks ago

7 months, 1 week ago

חלק ד':

דראמע:
איך האב זייער ליב געהאט די עקסטערע דרוק אויף די דראמע פונעם שפיל, סיי די פאגראם פארענט פון די סעצענע סיי די נאכווייען, און דארטן ווי חיים ברוין קומט זיך רייצן… און סיי די אינגל וואס איז אריינגעלאפן די ערשטע סצענע צווישן א גרופע גוים וואס האלטן אינמיטן פרעדיגן קעגן אידן. די איבערפווארפן פון בריק, די שאך שווערדן פארמעסט… און די פארכאפונג פון קעניג… און איך גלייב אז איך האב אויסגעלאזט…

ניגונים און מוזיק:
חיים ברוין האט אראפגעלייט א שיינע יו"ט ערליך ניגון (פוילן) הערליכע פאעטישע גראמען דורך הירצקא אויב איך געדענק גוט… ממש א טאלאנט, און די ניגון ביים פאגראם האט אריינגעברענגט דעם גאנצן עולם… אויך א חידוש. אבער די פיינעלי ניגון, ווייסעך נישט… שוין געהערט אזאנס.

די מוזיק ביי די נגונים איז געווען סתם גרענד פיאנאו, קען ווען נוצן א טשעידזש, אבער די מוזיק דורך אויס דעם גאנצן שפיל האט זייער גוט באגלייט, די טרעק'ס וואס זיי נוצן זענען ממש מעטשינג צו וואס די סצענע שפילט אויס… לעבאו רידעם פאר לייף!

פראדאקשען:
יוסי וואסערמאן און זאבי וועבער האבן געטון א פענאמינעל דזשאב מיט די פראדאקשען, זאכן זענען געלאפן אויפן צייט!, צווישן די סצענעס האט מען "נישט" געדארפט ווארטן ביי מיין שפיל, איך ווייס נישט פארוואס דעראוילעם טענה'ט אז יא…
זאבי און יאסי זענען א גוטע מעטש…

אבזערוואציע:
דער שפיל איז געוען א זיבן סטאר. אפשר די מעשה איז א קריץ.
די אומגלויבליך פאמיליע האט דאסמאל ארויפגעברענגט די ניווא פון שפילן צו א נעקסטע שטאפל, פארלאנגעדיג אז קומעדיגנע מאל וואס 'איינער' וועט מאכן א שפיל וועט 'יענער' נישט קענען ארויסלייגן א לעכעריגן שפיל פון אלע זייטן בלויז מיט בליטשקעדיגע סקרינס…
אן עקסערע זאץ וויל איך ווידמען איבער דעם "אין עוד מלבדו" סלאגאן וואס איז געפלאטערט געווארן אויף אלע פאויסטערס און אלע אינטערוויוס פון דעם שאכמאט שפיל!, זיי האבן געבערנדט כביוכל דעם אייברעשטן, גלייבן אין אייבערשטן און זיך פארלאזן אויף אים. און טאקע איינער פון די עקסייטינג מאמענטס אין דעם שאוי איז געווען ווען נחום העכט אויסגעשריגן דעם "אין עוד מלבדו"

געדענק!
סלעש מיי עפיניען!

ראובן גרין

7 months, 1 week ago

חלק ג':

די צוויי קינדער אויפן שפיל זענען אין מיין עפניען די בעסטע קינדער אקטיארן וואס זענען נאר אמאל ארויפגעשטעלט געווארן אויף סטעידזש!,
הערשי העכט, דער נייע אויפגייענדער מאדעל האט אפשר געהאט א קליינע ראלע אלס אשר, אבער פארט דאס וואס ער האט יא געשפילט האט ער אראפגלייגט אייזן שטארק, און איבער אלעם זיין געשלעג מיטן גוי דארט ביים פאגראם איז געווען מיין בעסטע פינף סעקונדעס פון חול המועד… ווי שוין געשריבן…
איבער גרשי שווארץ בינעך אביסעלע צומישט, זיין כאראקטער איז געווען א גוטע, א שלאך, א פחדן, א בעל גאוה, א שוטה, א שוואכיטשקער אלעס איניינעם, אבער איך שפיר אז דער קערעטער איז נישט אזוי געמאכט פאר אים, ליבערשט פאר ירמיה טעסלער… אבער גרשי פאר זיך איז א גאון אין עקטן, (אויב עמיצער האט שוין געזען זיינע ענגלישע מאוויס…) איך האב געשפירט אז גערשי מיט דעם כאראקטער טרעפן זיך נישט, אבער ער איז א גוטן אקטיאר, לאמיר האפן אז אויפן קומעדיגן שפיל וועט ער שפילן א מער פאסיגן כאראקטער.
שמעון יואל קליין האט באוויזן חידוש, איך האב נישט גע'חלום'ט אז ער קען אזוי גוט עקטן, ער האט אראפגעלייגט א קעניג אזוי ווי די אלטע בא'חנט'ע שפילן, א וואוילער, אבער א כיטרע קלוגער. און אוודאי ביי די סצענע פון דראמע ווי מען פארכאפט אים איז ער געווען גאר גוט!.
נחום העכט מיט פעדער האבן אויכט גע'עקט זייער גוט. נישט קיין חידוש אין זייער כאראקטער, אבער זייער גוט גע'עקט זיי ביידע זענען שטערנס און עקטן, און בפרט נחום העכט. גאלדשטיין איז זייער גוט געווען. דער שווערדן מייסטער איז געווען א גוטע זאך (אבער ליידער ענדליך צו אונטערן קעניגרייך)
ווי קען מען פארגעסן פון מושי ווייס? אוי איז ער גוט געווען, ער האט געשפילט ווי א גערעגטער נערוועזער, און לוחם… ווער עס פארשטייט צו מושי פארשטייט!
ירמי' טעסלער, מיר דארפן דיר צוריק. געווען גוטע צייטן

סקריפט:
איך מיין אז איך האב שוין אויסגענוצט אלע לויב אויסצוגן… אבער וואס קען מען טון די סקריפט איז געווען עפעס אינדרויסן פון די וועלט, עס האט געדרייווט דעם שפיל גאר דראמאטיש און פראפעסיאנאל, די צוזאמשטעל פון חיים און ארי'ס ספייסעס איז געווען א חידוש, איך האף אז עס וועט בלייבן אזוי…
עטליכע אויסצאגן וואס האבן מיר געכאפט:
ארי: מיר האבן נישט פארגעסן פון דיר, אבער מיר האבן פארגעסן פון דיר…
גערשי: איך גלייייייב דיך…. נישט!
ארי: איך בין טאקע גרויס געווארן, און יעצט וועסטו ווערן "פיצי"
ארי: האב נישט מורא, איך גלייך דיך אויך… ה. העכט: איך גלייך דיך 'נישט'
און פיל נאך…

חיים! יו דיד עי גרעיט דזשאב, קיפ איט אפ!

ראובן גרין

7 months, 1 week ago

חלק ב':

דער סצענע איז געווען ביים טורעם בריק אין לאנדאן און א שפיעלע וואס האט געטראגן די פירער'ס פון שפיל האט אריינגעשווימען (יא, איך האב אויך באמערקט וויאזוי עס פארט… ששש…) און פון דארט איז ארויסגעקומען ר' חיים און פארגעשטעלט פארן ציבור וואס מען וועט זען אינעם שפיל.
עס האט מיך אביסל געבאדערט די לאנגע הכנות… איך זאג נישט, איך האב זייער ארויפגעקוקט ר' חיים פארן אויסנוצן די צייט און באקרוינען גאט, און זאגן א קאפיטל פאר חולי ישראל, אבער דאך… זיצן דא א זאל מיט דריי טויזענט אידן וואס האבן געצאלט און ווארטן פארן שפיל, רוקט אייך און א זייט, און עפענט אויף די פירהאנג. אבער… ר' חיים'ס טאלאנט פון דראמאדיע ליגט מיר נאך אין די ביינער ווען ער האט פארענדיגט זיין דרשה מיט א הויכהיליכיגן "שאכמאט" געשריי וואס האט אפגעדונערט אינעם זאל און געלאזט ווי מען זאגט א שטארקע "סטעיטמענט"
אין יעצט… בינד אייך צו דעם סיעט בעלט מיר פארן ארויס…

מעשה:
די מעשה האט זיך אנגעהויבן מורא'דיג אייגענארטיג און דיפרענט ווי סיי וואסערע שפיל… ממש א חידוש, איך קען עס נישט באצייכענען מיט ווערטער… אבער אזוי איז עס געווען. ווי אויכעט איז עס געווען גאר דראמאטיש ביים אנהייב וואס דאס לייגט נאר צו ספייס צו א גוטע שפיל.
א גרויסע חידוש איז געווען, ווען די מעשה האט יעדן שאקירט ווען אומערווארטעטערהייט האט זיך עס "כמעט" געענדיגט ביים צוווייטן סצענע… און אזוי ווי שטענדיג איז דעמאלטס פארגעקומען די "טאטע זון" מיט די "אין עוד מלבדו" פראפעגאנדע… און דער עולם האט שוין אפגעאטעמט. אבער נישט געזארגט, פון די ישועה אליינס איז ארויסגעוואקסטן א פרישע צרה. גאר קריעיטיוו. טו בעד.
דורך אויס די געשיכטע איז עס געווען גאר צוענד, דראמאטיש, און אפילו צו געוויסע פעלער מיסטעריעז. אבער. דא קומט אן אבער, די מעשה האט א גרויסע פראבלעם: אמער, עס דארף נישט געשען אין ענגלאנד, עס דארף נישט געשען מיט אידן, עס איז געווען א מעשה צווישן צוויי קעניגן און אידערמיט א גלח - דער צוויי זייטיגער שטעקן - אבער אלע אנדערע חלקים פון די מעשה זענען געווען בלויז צוגעלייגט און צוגעבויעט. אויב איינער דינגט זיך מיט מיר, שפיר פריי און לאז אין די קאמענטארן דיין עפניען.

פראפס:
א חידוש. ממש נישטא זיינס גלייכן, ווען די פארהאנגען האבן זיך געעפענט ביי די סצענע'ס האט מען געקענט הערן די wowowowowowowowo פונעם ציבור ביז טאראנטא… עס האט באצויבערט אן אויג. אוודאי געוויס איבעראל איז דא ווי מען קען בעסער ווערן, למשל, עטליכע מאל האבן זיך די פירהאנגען פארהאנקעט און די פראפס, געוויסע פראפס האבן אנגעוויזן וויאזוי עס איז צוזאמגעשטעלט, אבער ביי רוב סצענס איז עס געווען אויפן העכסטן און "טייערסטן" ניווא. אן עקסטערע איבערראשונג איז געווען די סצענע פונעם גארטן ווי דער בארימטער oh-vents און שפיץ פון זאבי וועבער האבן אהערגעשטלט א העלירכע פאנארמע פון הערליכע ביימער בלומען אין וואסערפאלן, א חידוש וואס איז נאך ביי קיין אידישע שפילן נישט געווען!

מעיקאפ און קאסטיומס:
אחוץ חיים ברוין'ס צוגעלייגטע נאניע מיט זיין 'ראדזשינסקי' בארד האב איך נישט געטראפן קיין גרויסע גליקן, אבער עס איז נישט געווען אוועקצומאכן, ווידער די קאסטיומס וואס איז צום ערשן מאל אין היסטאריע אהערגעשטעלט געווארן דורך דער בארימטער און טאלאנטפולער ר' משה גרינפעלד איז געווען היסטאריע ברעכנד, און עכט עכט פראפעסינאל און צום זאך.

עקט און קערעקטער'ס:
נישט נארמאל!, כולא עלמה מודה אז עס איז געווען אראפגעלייגט ממש כאילו עס פאסירט עכט, חיים ברוין ווען דו האסט אים נאר געזען אריינטרעטן אויף סטעידזש האסטו זיך געהויבן פון דיין זיץ פאר שרעק. ער האט גוט געשפילט א כאראקטער מיט א שארפן פיסק, אבער פארקויפט נישט גארנישט, אזוי ווי עס איז ארויסגעברענגט געווארן אין געריכט זאל דורך די אידן. זיין שרייען "פ-א-ר-א-ז-י-ט-ע-ן!!!" מיטן גאנצן כעס איז געווען ממש א עכטע שונא ישראל ארויס פון די היסטאריע ביכער… גוד דזשאב חיים!.
ארי אבראמעוויטש וואס האט געשפילט "טאמעס" "ראטשערס" "מארשעל" און "שפיאנאדזש" "מיניסטאר" פון "קעניג הענרי דער פופטער" (קוק מיך נישט אן פון די לבנה אראפ…) האט געשפילט ריכטיגע בעל גאוה… ווי אויכעט א ציפעדיגער קלוגער מאן. די סיבה פארוואס איך האב אזוי אינטערגעשטרייכט יעדעס ווארט מיט שטרעכלעך, איז ווייל דעיס איז ארי אבראמעוויטש'ס קערעקטער געוועזן, ער האט ארויסגעזאגט מיט די גרעסטע מאס שמחה יעדעס טיטל וואס ער האט פארמאגט הויעך און קלאר אז יעדער זאל עס הערן, זייער א גוטע מהלך ארויסצוברענגען זיין כאראקטער.

ראובן גרין

9 months, 3 weeks ago
9 months, 3 weeks ago
יאפ סגייט זיין אין די באווסטע …

יאפ סגייט זיין אין די באווסטע NJPAC

9 months, 3 weeks ago
שאכמאט עפיק שפיל️
9 months, 3 weeks ago
Find all Links for telegram groups, …

Find all Links for telegram groups, channel, bots, that you will ever need
🔗
@linkstogo

9 months, 4 weeks ago

סקומט יעצט אריין אז היינט נאכט 9:00 פינקלעך וועט מען זאגן די נאמען פון די פלעי
לפי די פיקשער קען זיין אז סוועט הייסן
שאך_מאט

9 months, 4 weeks ago

https://t.me/epikshpil https://t.me/Epic_2023 קומט ארויף אויף די גראפע אין פילט פרי צו זאגן וואס איר ווילט

9 months, 4 weeks ago

https://t.me/epikshpil

https://t.me/Epic_2023
קומט ארויף אויף די גראפע אין פילט פרי צו זאגן וואס איר ווילט

Telegram

עפיק שפיל️

אלעס ארום די אומגלויבלעכע מיסטעריעזע עפיק שפיל

קומט ארויף אויף די גראפע אין פילט פרי צו זאגן וואס איר ווילט
We recommend to visit

Last updated 1 month, 3 weeks ago

מערכת "צופר" מתריעה על אזעקות בישראל בזמן אמת, במגוון אמצעים שונים. אפליקציה לאנדרואיד ולאייפון, ערוץ וואטסאפ, דף אינטרנט, פייסבוק, טוויטר ועוד.

אפליקציה לאייפון ואנדרואיד, ואמצעי התרעה נוספים:
https://tzevaadom.co.il/systems

לפניות: @ItaiGu

Last updated 3 weeks, 1 day ago

Real Dreem 11 prediction Channel join Karke Dekho Pata chalega

Paid post contact here: @Teamskyworld_bot

Disclaimer : This game involes an element of financial risk and may be addictive
Please play responsibly and your own risk

Last updated 3 weeks ago