דניאל עמרם ללא צנזורה בטלגרם
דניאל עמרם ללא צנזורה
לפניות
וואצפ: wa.me/12017438674
טלגרם: @danielamram1
טוויטר: twitter.com/danielamram3
אינסטגרם: instagram.com/danielamram6
טיקטוק: tiktok.com/@danielamram22
דיסקורד: https://discord.gg/6QqSm3hX2d
Last updated 1 month, 1 week ago
ערוץ הטלגרם האמין ביותר בטלגרם
בתחומי הצבא, המודיעין והביטחון וכמובן ללא צנזורה
כל תיעוד העולה בערוץ ללא קרדיט, הוא במסגרת שימוש לפי סעיף 27 א, הערה חשובה כל הנכתב בערוץ הוא על אחריות הכותב והמדווח
Last updated 3 months, 3 weeks ago
הערוץ הרשמי☑️ Official Channel
ברוכים הבאים פה תקבלו את כל מה שקורה בארץ ובעולם🌏 ללא👁️צנזורה - מיטב התיעודים הכי מעניינים שיש ברשת.
לשיתוף תכנים⬅️ @tzenzora1
👉 t.me//tzenzora 👈 שתפו
היזהרו מחיקויים❗️
#ללאצנזורה
Last updated 3 weeks, 4 days ago
בעעעע... איינע פון די אייניקלעך זענען נישט צופרידן מיט די מתנה וואס באבי האט פאר אים געשאנקן, ער ברעכט אויס אין א יאמערליך געוויין. א קוואל פון טרערן רינט פון דעם צובראכענעם קינד... באבי ווערט באליידיגט... זיידי פראבירט זיך אריינצומישן און ברענגן שלום אבער אן ערפאלג.
מיין חברותה קומט איך מוז לויפן... נאך דא אסאך צו זאגן.
גאלאנען פון אינק און שעות פון ענערגיע זענען שוין פארניצט געווארן דורך בייזע שרייבער וועלכע גלייכן נישט די הייליגע חנוכה מסיבות. די שרייבער זיצן זיך אין זייערע קעלערען קלאפן א פינגער אויף א פינגער אויף די שווארצע קנעפלעך, און...
בראווא, זייער רשעות'פולע אגענדע ווערט פארשפרייעט.
טייל שרייבער קומען ארויס אפען און האקן צאם פעך און שוועבל אקעגן די תמימותדיגע שוויגערס וועלכע רעכטן צו אזעלכע פיינע מאלצייטן און זיי מאלן דאס אראפ ווי כאילו די שוויגער איז עפעס באגאנגען א פארברעך, דאגען זענען דא די צווייטע סארט וועלכע שעמען זיך ארויסצקומען בריש גלי מיט זייער שלעכט אויג, זיי וועלן אנשטאט דעם זיך באניצן מיט שווארצע הומער צו אנקומען צו זייער ציל - חוזק מאכן פון די הייליגע פאדי'ס.
די פראבלעם איז אבער אז זיי ווידמען זייער גאנצע כוח נאר אויף די ערשטע טייל פון די זאך, די צווייטער טייל בלייבט איבער גענצלעך אימגעשעדיגט. איך וועל מסביר זיין. יעדער חנוכה פאדי איז צוזאמגעשטעלט פון צוויי חלקים, איינס; די חלק הסעודה. ביי דעם טייל פון די פראגראם וועלן רוב פון די מסובים זיצן אנגעלעהנט אויף זייערע זיצן און עסן פון די רייכע געקעכצן. פארשטייט זיך אז דאס קומט אויך באגלייט מיט שווערע כאאס פון די קינדער אבער בעיקר איז דאס נאר א סעודה. דאן איז דא די צווייטער טייל פון די מסיבה, די חלק ווען קיינער זיצט מער נישט. די חלק ביי וועלכע די טאטע דערמאנט זיך פלוצלונג אז די קינדער מוזן מארגן זיין אין חדר צייטליך. פאר דעם זענען מיר דא היינט.
ביז דעם פאזע איז זיידע שוין אויך געווען פאראנויד איבער די מנורה אז עס קען טראסקענען און האט געהאלטן אין איין איבערחזרן צו די קליינע אייניקלעך זיין פזמון, ''וואטש זיידי'ס מנורה'', אבער יעצט איז זיין בלוט דרוק ארויף ביז צו איר קלימאקס און מיט זיין צייכן אויפן שטערן וועלכע קומט פון זיידי'ס קוטשמע שרייעט ער ווילד צו די אייניקלעך, ''ריק דיר אויף ... שטיי אוועק... מושי די מנורה, נו. וואטס ס'זאל זיך איבערדרייען? הערסט נישט וואס איך רעד צו דיר?''...
יעדער וואס איז נאר געקומען אין די עשרים אמה פון די וואנט מנורה האט זוכה געווען צו א פארציע.
בקיצור לאמיר ווייטער גיין מיט די גראנדיעזע פראגראם דברים כהוויתן:
ווי נאר די באבע האט ארויסגעזאגט די איינע ווארט האט טאטאלע אנארכיע איבערגענומען. טישן רוקן זיך ווילד, קינדער לויפן ארום ציל-לאז און טאטע'ס זיכן א לעכל פון ווי צו אנטלויפן. וואס האט זי געזאגט?
זי האט געזאגט אז מען גייט שפילן א 'געים'. למען ה'. איינע פון די גאר געטרייע מומע'ס האט אין א נאבעלע שריט אויסגעטראכט עפעס א וואזשנעם פלאן פון אן אזוי גערופענע 'געים' בלע''ז און יעדער איינער ''מוז'' זיך צושטעלן, מנער ועד זקן, שמעקט דיך יא שמעקט דיך נישט. שפעטער וועלן זיי נאך גיין שרייען אז די מענער זענען קליינע בעיביס ווייל זיי האלטן נישט ביים אנטייל נעמען אין דעם זינלאזן שפילעריי... גיי פארשטיי. בקיצור, די גבאים פון די מומע גייען ארום און טיילן אויס ריזיגע געלע פאפיר וועלכע אלע באטייליגטע גייען יעצט מוזן האלטן איבער די קאפ פאר די רעשטע פון די צייט.
די געים היי יאר איז זייער קריעטיוו, עס איז געבויעט אויף די היסטאריע פון די עלטער עלטער זיידע וועלכע רוב אנטיילנעמער האבן ניטאמאל געקענט. די מומע שטעלט זיך אויף א בענקל און הייבט אן צו ליפטערן פילצאליגע מעסעדשעס אלץ טייל פון די געים. קיינער כאפט נישט וואס מען דארף טון אבער ס'מאכט נישט קיין נ''מ, זי גייט שרייען ביז זי וועט הייזעריג ווערן. די קינדער ווערן אומגעדולדיג און הייבן אן צו שפילן קעטש מיט די געלע פאפירן נאך העכערן קאפ, די מאמע ווערן אויפגעברויזט, די טאטע'ס זוכן שוין די מאנטעלעך, און די באבע זיצט אינדערמיטן און שטראלט פאר גליק, איין באשעפער ווייסט פארוואס...
שוין ענדליך איז די אויסרופערין הייזעריג געווארן און די געים איז פערטיג. די טאטע'ס ווערן רואיג, 'מקען ווייטער שמועסן'. נישט אזוי שנעל...
יעצט גייט באבי טיילן מתנות. אלע אייניקלעך דארפן זיך אויסשטעלן און א רייע און ווארטן אויף זייער טשענס צו באקומען די מתנה פון באבי. מען גייט דא מאכן א סעלעקציע. לויט די סדר פון עידש הייבט מען אן אריבערגיין כבעקרת רועה עדרו. זאג ש'כוח פראבירט די נייע איידעם צו ווייסן זיין געניטער חינוך סקילס דורכן מאכן זיין איין יעריג קינד רעדן, עפעס וואס האט זירא טשאנסן פאר סוקסעס. ווען ס'גייט נישט מורמלט ער עפעס ארויס און מ'גייט גראד צו צום נעקסטן קינד.
וואוינען אין א אפארטמענט בילדינג האט גאר אסאך מעלות, איינע פון די שטערקסטע איז דאס אז מען קען מיטהאלטן די הערליכע חנוכה ליכט צינדן און די לידער פון די שכנים ארום און ארום...
געלויבט גאט ביי מיר האט די ברכה חל געווען אויף א מוראדיגע אופן. איך האב אסאך שכנים, אבער איין שכן איז עפעס 'ספעשל', זייער טאלאנטפול און א מחנך נפלא. אט דאס איז מיין עקספיריענס מיט אים דברים כהוויתן; מיין שכן האט זיך נארוואס ביטערליך צעוויינט האלטנדיג אינמיטן עפעס אן לאנג פארצווייגטע הנרות הללו וואס זיין חבר האט אליינס פארפאסט, א שאד נאר אז איך האב דאס נישט פארפאסט, ס'שטעכט מיר נאך ביז יעצט... רוב פון די ניגון איז אוי יואי יואי'ס אביסל ווערטער און אסאך שפייאכץ... ער איז אזוי פארטיפט אז ער הערט ניטאמאל זיין קינד וועלכע שרייעט שוין טאטי פאר באלד א האלבע שעה.
אלע אנדערע שכנים האבן שוין גע'ענדיגט זינגען פאר א שעה צוריק אבער דעם הייליגן שכן האלט נאך בתחילת דרכו. א לענגערע פראגראם וועט נאכפאלגן. לאמיר נישט פארגעסן ער זינגט גרויליג...
מיין שכן מאנאווירט זיין שטימע ווי א פראפעסאר צווישן די ווילדע יללות פון זיינע קינדער וועלכע וואלטן שוין געדארפט שלאפן פון לאנג, אבער דא דארט ווערט ער אויך פארהאנקעט אביסל... מושי באדער נישט טאטע יעצט, האט ער זיך צובייזערט.
ענדליך האט ער געגעבן אביסל אויפמערקזאמקייט פאר זיינע קליינע שאף, ער הייבט אן צו זינגען די קינדערישע יוונים אויף טאון הונדערט, זיין דיקע שטימע מערט זיך ווי אויף הייוון און מיר נעמט דאס ארויס יעדער טראפ אפעטיט פון עסן. אפס, ער האט זיך אפגעשטעלט, למזל ולברכה. ער האט באמערקט אז זיינע קינדער פאר וועמען ער זינגט די ניגון זענען שוין פון לאנג נישט דא, זיי שלאגן זיך שוין ווייטער. גלייך דערנאך זינגט ער ווייטער יונים מיט די גאנצע קנאק, זעט אויס אז שטילערהייט האט ער אליין אויך ליב דעם ניגון. אינמיטן זינגען הער איך אים אויסשרייען מיט זיין בערישן שטומע; 'מאמי', די לאטקעס זענען גרייט? איך האב איך געוואלט פרעגן אויב ווען די לאטקעס וועלן גרייט ווערן גייט ער אויפהערן צו בויערן מיינע אויערן. אויב יא טראג איך זאפארט אריבער מיינע...
פלוצלונג הערט זיך א פארטייבנדע גערויש, שטיקער גלאז ווערן צופיצלט און מיין שכן שרייט העכער ווי אסאמא בין לאדין, ''מושי'' פארוואס קוקסטו נישט ווי דו גייסט?! הע? ברומט ער אויף זיין דריי יעריגע קינד וועלכע בוכה'ט פאר שרעק. פארוואס דרייסטו איבער טאטי'ס מנורה? הע? זיין כעס שטאפלען זענען געפארפול הויעך...
מושי האט געהאט פון וואס צו פארכטן, א פארציע פון מאכטפולע שלעק האט נאכגעפאלגט און ביז די רעבעצין האט נישט אינטעווינרט האט זיך די שלעק נישט אפגעשטעלט. איך קען שוין די חברה, מארגן וועט זיין ווייב נאך גייען פארציילן פאר אלע נעיבערס אז די שווארצע און בלויע צייכנס אויף דאס קינד'ס געזיכט קומט פון דעם וואס ער איז אראפגעפאלן... וואס נאך? ...
צען.. ניין.. אכט ...
מיין שכן האט באשלאסן אז ס'איז צייט אז די קינדער זאלן גייען שלאפן, פערטיג... נישט דא קיין טוילעטס יעצט אריין אין בעט... ער באניצט זיך מיט טעראר מיטלען זיי צו דערשרעקן און אריינפאקן אין שלאף צימער...
איך וועל זיך דא אפשטעלן צוליב פחד אז מיין שכן וועט זיך נאך אין מיר נוקם זיין. אבער גלויב מיר יותר ממה שקראנו לפניך כתוב כאן...
א פרייליכע חנוכה.
אלס הקדמה וויל איך בעטן ביי אלע טייערע בחורים דאס נישט צונעמען פרעזנדליך.
שפאציר איך מיר אויף די בארא פארקער גאסן אין א טינקעלע דאנערשטיג נאכט, מיינע אויערן זענען אנגעשפיצט צו אויפכאפן די מינידסטע פרא פאלעסטיין לאזונג וועלכע קען נאר פארטיישט ווערן אלס אנטיסעמיטישע אטאקע. מיינע האלב צוטיילטע ליפן לאזן ארויס קליינע בלוט טראפענס פון צייט צו צייט. פלוצלונג אן קיין פריעדיגע מעלדונג דערגרייכן צו מיינע אויערן ווילדע קלאנגען.
קול מלחמה במחנה!
איך ריק מיר צו נענטער צו די מקור פון די כאאטישע גערידער און דאס איז וואס איך האב אנדעקט;
אויפן צווייטן שטאק פון א האלב חרוב'ער בנין אין א כמעט טינקעלע צימער זיצן א כאפטע היימישע בחורים און זענען פארכאפט אין א רירנדע ליל שישי. ליידיגע באטלעך 'באר מים' סאדא וואלגערן זיך אויפן טיש בשעת ווען די שיעור'ס פויקער קלאפט מיט קראפט אויפן אלטן האלצערנעם טישל וועלכע איז פיל מיט נעגל. מען האלט שוין נאכן פארציקן צענדליגע פארציעס קוגל. בלויז א קליינע מיעוט פון די פאפקארן האבן איבערגעלעבט די 'גענעסייד'.
די טעמפא האלט ביי כמעט הונדערט צוואנציג (דאס איז בערך די שנעלקייט פון א הארא ניגון) אבער זיי זינגען עפעס א הארציגע הערשי וויינבערגער. נישט גרינג איז געווען צו כאפן אויף וועלכע ניגון זיי האבן מכוון געווען וויבאלד רוב פון די זינגער זענען שוין פון לאנג הייזעריג, און בכלל ווער זינגט נאך היינט צוטאגס 'מעלאדי' ? ס'איז שוין לאנג 'אוט אוו סטייל', יעדער מאכט הארמאני (אדער עפעס אינצווישן)... פארשטייט זיך אז זיי זינגען אויפן העכסטן 'טאון' צו זיכער מאכן אז די טינעידשער וואיס זייערע קומט ארויס במלאו הדרו. בקיצור ס'הערשט טאטאלע אנארכיע.
די לופט איז דערשטיקט פון די פילע רויעך וואלקענעס וועלכע ווערן אויסגעשפיגן פון די הייסע מעלער, און די קול פון ווילדע הוסטערייען האקן איבער די עמאצניאלע אווענט. 'האולי האולי שאאאבבבעעעסס' זינגען זיי עפעס א מאדעניזירטע ניגון. פון די וועג וויאזוי זיי זינגען ענגלישע לידער דערקענט זיך אז זיי האבן לכאורה שטודירט אין האווערד איניווערסיטעט...
דערנאך האבן זיי 'געשיפט' צו מער מזרחי סטייל העברעישע ניגונים זיך צוברעכנדיג די ציין ביים פראבירן נאכצוזינגען ישי ריבו'ס ניגונים... א האלבע עולם האט געברומט ווי 'הארסי'ס' און די צווייטע האלב איז סתם געווען 'אאף' ס'געווען א קאמידיע שאו...
לסיכום טייערע בחורים וויל איך אייך בעטן דריי זאכן, פאר אייער טובה. איינס, זינגטס אויף א נארמאלע טעמפא, יעדער ניגון האט זיך זיין באשטימטע טאקט און זיין באשטימטע ספיד, ס'פארשענערט די ניגון פילפאכיג. נומער צוויי, זינגטס נישט אויף א 'טאון' וואס עטס קענטס נישט 'עפארדן' ס'איז אוקעי טאמער נישט יעדער העט הערן דעם 'די מעידשאר' וועלכע ענק האבן אזוי שיין אריינגעפלאכטן אין יעדער פאל פון די ניגון. און דריי; זינגטס נארמאלע היימישע אלטע ניגינום, ס'איז פשוט אסאך שענער, און דאס קענט עטס. פאר ענקער טובה.
אדער מאכטס פשוט צו די פענסטער
שטעל דיר פאר די מעשה; איינער קומט צו צו דיר אינמיטן העלן טאג און לאזט דיר אראפ א מאכטפולע זעץ אין פרצןף, דו ווערסט גאר צוקאכט און די נעמסט דראסטישע שריט זיך צו פארטיידיגן, דו געבסט אים צוריק א געזונטע פראסק אין פנים אזוי אז יענער זאל זען אז דו ביסט א פארדארבענע עפל און מיט דיר טשעפעט מען נישט.
אבער יענער נעמט זיך שרייען אויף דיר, די פאריקטע מענטש! פארוואס שלאגסטו מיין פנים? הע? האלט ער דיר אפיר מיט די גאנצע ערנסקייט.
דו קוקסט אים אן מיט אזאנע צוויי אויגן, כ'מיין וואס האט ער געטראכט? ער האט דאך אנגעהויבן. זאגט דיר יענער הער אויס, איך האב דיר געשלאגן מיט מיין האנט דאן רעכן דיך אפ מיט מיין האנט, וואס ווילסטו פון מיין אימשילדיגע פנים? איך מיין אז דעם שלעגער דארף מען אפטראגן צו א גייסטישע שפיטאל א. ש. וו. מ. (אזוי שנעל ווי מעגליך) ס'איז איין מענטש און אויב האט ער זיך מיט דיר אנגעהויבן גייט ער כאפן פון אלע זייטן, נישט אזוי? ס'איז פשוט פשט.
איראן איז די גוף, די גוף האט אסאך אברים. כיזבאלא איז א אבר, חאמאס איז א צווייטע אבר, די ווילדע גרופעס און איראק און אין סיריע זענען נאך אברים. אויב האט ער זיך מיט דיר פארטשעפעט דאן דארף די גוף כאפן, נישט דוקא די ספיציפישע אבר וועללכע האט געשלאגן.
איך מיין אז ס'איז גאנץ פשוט, משום מה גייט דאס נישט אריין אין די קאפ פון זיידי ביידען וועלכע עלטערט זיך אין פריידן, קוקט אויס אז ער איז מער פון די שוואכע תלמידים אויפן מארק. ווער ס'קען אים דאס ערקלערן תבאו עליו ברכה. און אדערווייל וועלן מיר אויסשטיין די קאנסעקווענצן פון האבן א מענטל דיסעיבילד פערזאן אין די ווייסע הויז.
ער ווייסט ניטאמאל אז עפעס קומט פאר, ביי אים איז אלעס ממש ווי רוטין, מיט זיין גראבע פינגער הייבט ער אן צו אויסקעמען די 'פאנגעס' וועלכע שפרודלען אויף זיינע רגלים ווי ביי טאטן אין וויינגארטן, ער ברויך ניטאמאל אויסטון די זאקן דערפאר, זיין אזויגערופענע זאק איז געווען צלתו מרובה מחמתו, און אזוי בשעת מעשה אינמיטן קראצן און רייבן קריכט ער צו צום קומענדיגע נושא, די אנטיסעמיטיזם אין די קאמפוס'ס ארום אמעריקא, ס'איז געפערליך שרייעט ער צו זיין שכן וועלכע איז אין שאוער, דעי חברה זענען ערגער ווי די נעצי'ס, פאר ביינוש איז פיזישע ווייטקייט נישט קיין אפהאלט פון פירן ווייטער זיין געשפרעך, יעע, ענטפערט יענער צוריק און שמייכלט זיך אונטער פון די באנוס אז יעדער קען מיטהאלטן זיין דרשה...
העמיר נישט צופיל מאריך זיין אין דעם צוליב בעל תשקצו אבער ס'איז ווייט פון א קידוש...
יעצט קומט מען אן צום קלימאקס, ביינוש מאכט זיין וועג פון די באנק וועלכע ער האט אקופירט ביז יעצט און ער גייט גראד אין בור אריין, ער האט נישט קיין איבריגע צייט צו זיך גייען וואשן ביפאר דעם, ער האט אן איבערגעפילטע סדר היום. ס'טייטש, די וועלט איז אימסטאביל און ער זאל פארטאכלעווען טייערע מינוטן פאר אזא נישט וויכטיגע זאך ווי א 'שאוער'?
ספלעש...
בערך האלב פון די פערציג סעה וועלכע איז געווען סטאנציאנירט אין דער בור האט זיך ספאנטאניש געהויבן אויף ארויף אין שיעור נישט פארפלייצט די גאנצע צימער. א 'האריקעין' האבן מענטשן געשריגן מיט פחד. ווי עס הייסט איז דא א געניטע שטאב פון דיינים וועלכע קוקן איבער די מקוה נאך יעדער באזוך פון ביינוש'ן.
דער מעקרון איז א גרויסע רעדנער, אבער ער טוט נישט גארנישט, זאגט ער מיט קענטליכע ווייטאג צום בחור'ל וועלכע האט נישט געוויסט אז מיט ביינוש אין איין בור איז זעלבסטמארד, דער בחור קוקט אן דעם עלטערן איד מיט דערשראקענע בליקן, ווער איז מעקרון? פרעגט ער מיט תמימות פון דעם ערפארענע פאליטיקאנט? אוי, וואס פארשטייען די יונגווארג, צוקרעכצט ער זיך מיט טרויער. נו שוין, העל'עך שוין ווארטן אויף די 'חברה' זאגט ביינוש מיט ביטול צו דעם פארשעמטן בחור'ל.
די באשעפער האט רחמנות געהאט אויף די צווילע בירגער וועלכע זענען פערצופאל אריינגעפאלן מיט ביינוש'ן אין מקוה און ער האט געשיקט פאר ביינוש זיינע שותפים, די פארשטייער'ס צו פאליטיק און קריגס פירונג, עכ''פ זענען זיי זיין עידזש. ס'האט טאקע גענומען פופצן מינוט אבער די פענסיאנערן זענען אנגעקומען...
'קאלעקטיוו פאנעשמענט' איז די זאך וואס ברענגט אינטער די מדינה, האט זיך ביינוש אויסגעדריקט מיט טרויער, אן צו האבן אן אהנונג וואס די ווערטער מיינען. יעפ, האבן זיינע חברים מיטגעשטימט מיט אים בשעת'ן פארמירן שטורעמעס אין די בור. דערנאך איז ביינוש אריבער צו רעדן איבער די בעסטע וועגן ווי צו אינוואדירן עזה, דא למשל, צייגט ער אויף די ראסטיגע אייזערנע אנהאלטער איז כאהן יוניס, פארשטייסט, די מרכבה דארף אריינקומען פון דא, אזוי וועלן זיי אויסמיידן די שווערסטע פייער...
א היציגע אויסטויש איז אנשטאנען ווען איינער פון זיין קאבינעט האט פרובירן צו פרעגן קשיות איבער זיינע קאמפס פעהיגקייטן, גרויסע כוואליעס האבן זיך געוואקלט אהן און צוריק, און די שפייעכץ וואס איז גערינען פון ביינוש'ן האט צוריק אנגעפילט אלץ וואס ער האט פריער אויסגעגאסן, און נאך מיט ריבית...
ס'האט נאך גענומען א שיינע פאר מינוט ביז זיי זענען געקומען צו א פארשטענדעניש, אבער אין זאך קען איך דיר זאגן, זיי זענען פון דארט נישט ארויס איידער זיי האבן געהאט א קלארע קריגס סטראטעגיע פאר די בעפארשטייענדע קריג.
פערציג מינוט שפעטער:
'דער איז נאו וועי' אז זיי זאלן געווינען אן אריינצוגיין 'פול פארסס' האט ביינוש פארענדיגט דעם היציגע סעסיע מיט א 'קלאוזינג סטעיטמענט' בשעת ווען ער ארבעט איבערמידליך אריינצושטופן זיין פיס און זיין שיך...
ביינוש איז נישט א מענטש, ס'איז א מהות, יעדער קען א ביינוש, מוז נישט זיין דווקא אין מקוה, ס'קען זיין אין קאווע שטיבל ביי די ארבעט אדער סתם א נודזש, און ס'קומט צו לאכן ווען מען זעט מענטשן פארגיסן גרויסע סומעס פון אימשולדיגע שפייאכץ זיך איינרעדענדיג אז זיי פירן די די וועלט אדער אז זייער ווערטער זאלן ווען האבן סיי וועלכע ווירקונג אויף די מציאות, אבער פאר אונז דארף דאס דינען אלץ א משל אז אונז זאלן פארשטיין אז פונקט ווי די ביינושים זענען נישט אין קאנטראל פון די וועלט זענען מיר נישט אין קאנטראל אין אסאך זאכן וועלכע מיר רעדן זיך איין אז מיר קאנטראלירן.
מיר קאנטראלירן גארנישט און מיר זענען מאכטלאז.
לאנגע מינטן איידער די געפאר איז פאקטיש אנגעקומען האט זיך שוין אנגעזען די ערשטע סימנים אז א ערד אינוואזיע איז אונטערוועגנס, די וועלכע זענען שטענדיגע תושבים האבן געקענט פאראויסזאגן מיט א זיכערקייט אז ס'קומט. די סמנים זענען געווען מערקבאר.
ס'איז די גענעראל, האבן די אנוועזנדע געשישקעט צווישן זיך מיט א שמייכל, זיכערמאכנדיג אז ביינוש, אדער ווי מען רופט דא אין מקוה; די 'גענעראל', הערט נישט. די וועלכע זענען געווען אין בור האבן גיך אפגעיאגט פון שטח, קיינער וויל זיך נישט טרעפן מיט ביינוש אין שווים באסיין.
זיינע שווערע קרעכצן האבן ארויסגעגעבן זיין גענויע לאקאציע פאר יעדן וואס איז נאר געווען אינטערעסירט צו וויסן, (זייער ווינציג מענטשן גייען אריין אין דעם קאַטעגאָריע.) טאקע גלייך דערנאך האט זיך די אייזערנע שטאנג א ריר געגעבן און ביינוש האט 'אריינגעראולט' אין מקוה אריין.
"ביינוש". א ווארט וועלכע רופט ארויס פחד און עקל צוגלייך, איז א עלטערע פערזאן אין זיינע פיפציגער יארן, א רינדיכס שטעקט זיך ארויס פון אונטער זיין אנטיק רעקל און זיינע וואנדשעס זענען שוין געל פון אזוי פיל רייכענען, מאנכע זענען גרייט צו וועטן גרויסע געלטער אויף די טעאריע וועלכע דרייעט זיך ארום אז דער ביינוש קומט במקור פון א באנגעלאו נאר איז מיט די יארן אריבער עסקאלאציע ביז ס'האט אנגעהויבן צו גיין אויף צוויי פיס פונקט ווי די בני אנוש, און דערפאר הייסט ער ביינוש, מיט א פשוטע אויג קוקט עס אויס ווי די נענסטע צו די מציאות...
ביינוש נעמט א האנטוך און גלייך דערנאך נעמט ער איין די גאנצע באנק. קודם לייגט ער אראפ זיין גרויסן זעקל דערנאך לייגט ער זיין רעקל און גלייך דערנאך האט נאכגעפאלגט די גאנצע ביינוש, אההה, לאזט ער ארויס שמעקעדיגע אטעם און עס איז קענטליך אז ער איז גוט פארסאפעט. וואס גייט פאר? גייט ער גלייך צו צום ענין פרעגנדיג פון איינע פון די אנוועזנדע, וואס זענען די לעצטיגע אפדעיטס פון די צפון פראנט? הע? יענער איז געווען אומבאקאנט מיט די געזעצן, ער שאקעלט מיט די קאפ און וויל גיין ווייטער, אבער ביינוש וויל שמעוסן...
ס'איז פאר יעדן קלאר אז ביינוש איז אהערגעקומען מיט אן אגענדע, ער ברויך 'עדווייזן' די וועלט פירער מיט וויכטיגע סטראטעגיעס. און פאר דעם איז ער דא.
וואס זאגסטע פרעגט ער פון דעם פרעמדן מענטש, דו האלטסט אז זיי מוזן אריינגיין מיט א 'גראונד'? אדער ס'איז גענוג די 'באמינגס' פון די לופטן? זיין שאלה איז געבליבן הענגן אין די לופט אן קיין אנטווארט.
אזוי בשעת'ן אדורכטון דברים העומדים על הפרק האט ער צוגעטרויטן צו די ערשטע טייל פון זיין טעגליכע מיסיע, דאס נעמט אריין אויס טון די רעקל זיינער, אזוי אויך אראפנעמען דעם שאל וועלכע נעמט ארום זיין דאבל טשין, (אסאך ווינדערן זיך וואס איז פשט פון דעם מאדערענע שאל וועלכע ביינוש טראגט מיט ווי אימער ער גייט נאר, ס'איז די איינציגסטע טייל פון זיין קליידונג וועלכע איז נאכנישט עקספייערט, די יודעי דבר ווייסן צו זאגן אז דאס דינט ווי אן אנדענק און א עדות'שאפט איבער די טעג אין וועלכע אונזער ביינוש האט געדינט אלץ ראש הקהל. אבער ס'איז בלויז שפעקולאציעס, די אמת ווייסט קיינער.) און אזוי אויך אויפקניפן זיין פרעכטיגע קנאבל וועלכע באשיינט זיין פנים מיט א מורא'דיגע אור, דאס איז א ערנסטע עבודה. זיין קנאבל איז עפעס וואס איז ווערט אן ארטיקל פאר זיך, ס'איז גרויס ס'איז מאנסטאריש ס'איז קאלירפול, ממש אלץ וואס ס'קען נאר זיין במקום 'אחר', און ס'דינט אויך אלץ א באזע פאר פיבערהאפטיגע אקטיוויטעטן, מיט גרויס אנשטרענגונג האט ער ענדליך באוויזן צו באפרייען די מאסע פון האר וועלכע זענען געווען פארשקלאפט אונטער דעם ראבער בענד און זיי האבן זיך ווילד פארשפרייעט.
ווי נאר ער איז פארטיג געווארן מיט די ערשטע חלק פון זיין אפעראציע איז ביינוש גראד צוגעגאנגען צו די קומענדיגע פאזעס פון זיין גוט פלאנירטע פלאן, ביינוש פראבירט ניטאמאל צו עפענען די שיך בענדל, ס'אשאד די צייט, מיט זיינע 'העווי דוטי' פיס פלאך לייגט ער שטארקע דרוק אויף דעם אנדערן שיך און עס טראסקעט אראפ אויפן פאדלאגע. ווי נאר זיין זאקן איז ארויסגעקומען לאור העולם האט זיך די פעלאושען אין די גאנצע אימגעגנט געהויבן צו סכנות'דיגע שטאפלען, א מערדעליכע גערוך האט זיך פארשפרייט ארויס פון קאנטראל. די וועלכע האבן געהאט די יכולות ארויסצולויפן האבן דאס געטון אויפן ארט, און די אנדערע האבן פראבירט צווייפלהאפטיגע אלטערנאטיוון זיך צו ראטעווען פון דעם כעמישע וואפן, די גאנצע צימער איז אין כאאס.
אויסער ביינוש.
עס איז געווארן באריכטעט אין די נייעס אז אמעריקע לייגט דרוק אויף מדינות ישראל אונטער די טיש אז זיי זאלן נישט אונטערנעמען קיין מיליטערישע קאמפיין אקעגן חיזבאלא אין לבנון, זאגנדיג אז זיי זאלן נישט זיין דער וועלכע צינדט אן די פייער.
די שאלה איז איינפאך און גאנץ הארב, פארוואס נישט?
''דיע'עסקאלאציע'' איז א נארישע מערב וועלט אפגאט צו וועלכע די וועלט פירער דינען געהארכזאם,
עס האט אבער נישט קיין שום זין דאס צו פראקטיצירן ווען ס'קומט אין באצוג מיט א טעראר ארגאניזאציע וואס זייער גאנצע אידיאל איז צו אויסראטן די אידישע פאלק עפ''ל.
די לאגיק אונטער דעם שיטה פון ארבעטן אויף נישט צו אויסברייטערן א קאנפליקט איז באזירט אויף די פארשטאנד אז ביידע קריגערישע
צדדים ווילן באמת לעבן אין פרידן און זוכן צו פארמיידן בלוט פארגיסונג, נאר וואס? זיי קומען זיך נישט דורך אויף א ספעציפישע נושא און דאס דראעט זיי אריינצודרייען אין א קריג, און ווען דאס איז די פאל דאן ברויך מען ארבעטן מיט אלע כוחות אז דער סכסוך זאל זיך נישט אויסברייטערן און קאסטן מענטשליכע קרבנות רח''ל, ווייל דאס איז עפעס וואס ביידע זייטן ווילן בעצם פארמיידן.
אנדערש איז אבער די סיטואציע ווען עס האנדלט זיך פון א מערדערישע טעראר גרופע וואס זייער גאנצע שטרעבן איז צו דערמארדן ווי מער מענטשן עד כדי כך אז זיי זענען מוכן אויפצוגעבן זייער אייגענע לעבנ'ס און די לעבנס פון זייערע קינדער פאר דעם הייליגן ציל. דעמאלטס איז דער גאנצע פרינציפ אפגעפרעגט ביז צו איר גרונד.
לאמיר נעמען אלס א דוגמע די צווייטע וועלט־מלחמה.
און די ערשטע פאזעס פון די קריג ווען די דייטשן האבן אנגעהויבן איינקאסירן און רויבן ארומיגע טעריטאריעס איז די גאנצע וועלט פארנומען געווען צו פארמיידן א קריג, מ'האט פראבירט דעם אזוי גערופענע "דיא'עסקאלאציע" טעכניק, טראכטנ'דיג מיט גרויס תמימות אז דאס וועט אפשטעלן היטלער ימ''ש פון זיין גראנדיעזע אמביציעס, למעשה האט זיך עס ארויסגעשטעלט צו זיין א נארישקייט וואס ס'איז נישט פארהאן זיינס גלייכן, א דורכפאל אויף וועלכע די וועלט האט באצאלט א טייערע פרייז, די אלע חנופה רייד און פראוון צו באפרידיגן דעם דויטשן פירהער האבן נישט געהאלפן קיין האלבע זלאטע נישט, פונקט פארקערט, דאס האט אים געגעבן מוט און קוראזש פאראויסצוגיין מיט זיינע פינסטערע פלענער, זעהנדיג ווי די וועלט ציטערט פון אים.
פארוואס האבן די אלע פראוון נישט געברענגט קיינע גינסטיגע רעזולטאטן? די תשובה איז פשוט; ווייל היטלער איז נישט געווען פאראינטערסירט דערין, היטלער האט זיך געהאט זיינע פלענער וואס ער האט געווילט ערייכן און ס'האט אים גאנץ ווייניג דערשראקן די שארפע סטראשונקעס פון די וועלט פירער.
די זעלבע מציאות איז מיט חיזבאלא און די אנדערע טעראר גרופעס, זיי זוכן בלוט און מארד, זיי זענען גאנץ ווייניג אינטערסירט און פרידן, טא, וואס האט מען פון זיך האלטן רואיג און איינגעהאלטן? וואס איז די וואס איז די אויפטוה, זיי געבן מער צייט זיך צו גרייטן צום שלאכט?
קליינע קינדער קענען צומאל זיך איינרעדן אז ווען זיי מאכן זיך צו די אויגן דאן ווערט יעדער פארשוואונדן און ווען זיי עפענען זיך די אויגן דאן קומט יעדער אויפאמאל צוריק, איך ווייס נישט די לאגיק דערונטער אבער אזוי איז עס, קען זיין אז דאס איז די אמעריקאנער סטראטעגיע, אויב וועלן מיר אין זיי זיך נישט אומקערן דאן וועלן זיי נישט עקזעסטירן, זיי וועלן ווערן אויס, שלעכט?
אנדערש זעה איך נישט די חשבון דערינטער, סתם צו אריינשטעקן די קאפ אין זאמד ווי א בת היענה?
און ווייטער דארף מען כסדר טראכטן איבער די טאג נאכדעם, וואס וועט זיין די סיטואציע אין עזה? וועט יעדער משוגענער קענען ארויסשיסן ראקעטן ווען אימער ס'שמעקט זיך אים? עזה איז א לאנד מיט איבער צוויי מיליאן איינוואוינער, ווער וועט זיי שפייזן?
אין א היפש נארישע האבן די טעראריסטן פארשפרייט בילדער און ווידעאוס פון זייער ברוטאלע אקטן אויף די סאושעל מידיע נישט נעמענדיג אין באטראכט אז דערמיט שעדיגן זיי זיך זעלבסט, וויבאלד דאס וועט געבן די טאטאלע בארעכטיגונג פאר מדינות ישראל זיך צו פארטיידיגן און אפי' די אייראפעאישע אנטיסעמיטן וועלן זיך מוזן אנעמען פאר מדינות ישראל, קיינער קען נישט שטיצן א גרופע וואס פירט זיך אויף אזוי קאלט בלוטיג און נאכדערצו מיט אזא סאדיזם.
עס איז ווערט צו באטאנען די ניסים וואס האט זיך אפגעשפילט אין עטליכע דערפער וועלכע זענען בחסדי שמים ניצול געווארן פון די טעראריסטן נאכדעם וואס די ארטיגע זיכערהייט וועכטער האבן באוויזן אפצושטויסן די אנגריפער און זיי פארטרייבן, אזוי זענען פארהאן עטליכע דערפער צו וועלכע זיי זענען צוליב אומבאַקאַנטער סיבות נישט אנגענומען. טראצדעם וואס זיי זענען געווען אנגעגרייט אויף די ליסטעס.
א באזונדערע אנגעצויגנקייט הערשט איבער די מצב אין צפון מיט חיזבאלא, חיזבאלא איז נישט ווייניגער בלוט דארשטיג ווי זייער ברידער אין עזה און אויב זיי באשלוסן זיך אריינצומישן אינעם קאנפליקט באדייט דאס א ערנסטע קריג, ווייל אנדערש ווי חאמאס פארמאגן זיי א פולשטענדיגע ארמיי אויסגעשטאטעט מיט אלע כלי משחית וואס ס'פעלט זיך אויס, און אזוי אויך א ריזיגע ארסאנעל פון ראקעטן און מיסילס וועלכע קענען פליען איבער גאנץ ארץ ישראל. עס זענען געווען פארשידענע צייכענעס אז זיי פלאנירן עפעס ערנסט אבער מען קען גארנישט נישט אויסרעכנען און קיינער קען נישט עכט פאראויסזאגן וואס די מארגן גייט ברענגען.
אסאך אנאליסטן זענען ביי די מיינונג אז איראן איז דער וואס שטייט אונטער די יעצטיגע אטאקעס, טענה'נדיג און מיט רעכט, אז די אומגעלערנטע יונגן פון עזה וואלטן קיינמאל נישט געקענט דורכפירן אזא סוקסעספולער אטאקע אן קיין הילף פון אינדרויסן. סיבות פארוואס איראן זאל וועלן טון אזאנס איז דא לרחצה. עס קען זיין א בלויזער נקמה אויף די פילע סאבאטאזש אקציעס און אטענטאטן וועלכע מדינות ישראל האט אדורכגעפירט געפירט אין איראן, אנדערע זאגן אז זייער ציל דא איז צו אפהאלטן אנדערע אראבישע לענדער פון שליסן שלום אפמאכן מיט מדינות ישראל, ווייל ווען מדינות ישראל איז אין קריג מיט די אראבער שאפט דאס אן אנגעצויגנקייט צו די גאנצע אראבישע וועלט. אדער קען זיין אז דאס איז בלויז א טייל פון א לענגערע פלאן וואס די ממשלת הזדון בראשות פון דעם רשע כומעיני פלאנט אקעגן די בני ישראל. אזוי צו אזוי זאל די אייבערשטער זיי באצאלן כפלי כפלים אויף א יעדער קויל וואס איז געשאסן געווארן.
אין סך הכל;
דאס געווען די טויטליכסטע טאג פאר דאס אידישער פאלק זינט די צווייטע וועלט־מלחמה און עס וועט פארשריבן ווערן מיט בלוטיגע אותיות אינעם אידישן קאלענדער.
זאל די רבוש''ע העלפן און שוין שיקן משיח צדקינו און ער זאל אונז אויסלייזן פון דעם בלוטיגן גלות, און אין איינוועגס זאל ער שוין אויך נקמה נעמען אין די פארגאסענע בלוט פון די אידישע קינדער במהרה בימנו אמן!
ווי עס לויטעט האבן די טעראריסטן צו ערשט אטאקירט די אבזערוואציע טורעמעס פון מדינות ישראל וועלכע ליגן אויסגעשפרייט דורכאויס די גרעניץ מיט דראונס פון די לופטן און ווי אויך האבן זיי אויסגעשאסן די קעמרא'ס וועלכע וואלטן ווען געדארפט אינפארמירן די ישראלים אז א אטאקע איז אונטערוועגס, אבער דאס אלעס לאזט איבער מער קשיות ווי תירוצים וויבאלד עס דארף צו הייסן אז די גרעניץ צווישן מדינות ישראל מיט עזה איז פון די מערסט באשיצטע גרעניץ פונקטן איבער די וועלט און עס איז שטענדיג דא א אקטיווע ארמיי גרייט צו באשיצן אין פאל פון קריג, אבער אים ה' לא ישמור עיר שוו שקד שומר.
שפעקלאציעס לויטן אז אין דער צייט וואס די אטאקע איז פארגעקומען האט מדינות ישראל געליטן פון א מאסיווע סייבער אטאקע וועלכע האט אויסגעשאלטערט די אלע סענסארס און דראונס וועלכע וואלטן אין נארמאלע אומשטענדן געזאלט ארויסגעבן די אריינדרינגער, דאס פארענטפערט פארוואס מען האט זיי טאקע נישט אנדעקט גלייך אין אנהייב. פארשטייט זיך אז די מדינות ישראל רעגירונג דערציילט גארנישט, אבער דאס מיינט נאכנישט אז עס איז גארנישט געווען, די רעגירונג איז איינפאך צו פארשעמט צו פארציילן די אמת.
(אויב איז דאס וואר דאן איז א זיכערע זאך אז די איראנער זענען דא געווען פארמישט, ס'איז נישט במציאות אז די פאליסטינער בחורים'לעך זאלן אזאנס קענען באווייזן אויף די אייגענע האנט)
און יעדער מושב ווי די רשעים זענען נאר אנגעקומען האבן זיי גלייך אנגעהויבן צו מארדן אין רצחנ'ן.
איינוואינער האבן זיך ערוועקט פארטאגס צו די גערודער פון מאשין געווער, און ווען זיי האבן געכאפט א בליק ביים פענסטער איז זיי פינסטער געווארן פאר די אויגן זענדיג די מערדערישע חאמאס טעראריסטן זיך דרייען ביי זיי אין שטעטל ווי ביים טאטן אין וויין גארטן, עס ממש ווי מען זאל ווען באגעגענען דעם טייוול אליין. ס'איז ליידער נישט געווען ווי צו לויפן אדער וועמען צו ריפן, מ'האט בלויז געקענט קוקן אין האפן פארן בעסטן, איינוואוינער זענען געלאפן זיך צו באהאלטן אין יעדער לעכל וואס זיי האבן נאר געפינען אולי וועט זיי געלונגען צו אויסמיידן דאס ערגסטן.
די חיות בצורת אדם האבן זיך אויפגעפירט מיט די מערסטע מאס רשעות וואס איז אויף די וועלט פארהאן הארגענען'דיג קינדער פאר די אויגן פון זייער מוטער און קיין שום געוויסנביסן און געהאקט קעפ ווי עס וואלט ווען געווען גרינצייג.
עס האט גענומען לאנגע שעות ביז די מיליטער האט זיך געקענט רעארגאניזירן און אריינברענגן פארשטערקערונג כוחות צו אפשלאגן די מערדער און דאס האט געגעבן די צייט פאר די פרא אדם צו צוריקפארן די אומגליקליכע משכנות ארום צוויי הונדערט אין צאל, צו זייער שטאל אין די עזה בונקערס. די גאנצע שטח ארום עזה איז געווען פארמישט אין שטורמישע שלאכטן צווישן די מלאכי חבלה און די מדינות ישראל ארמיי וועלכע האט געארבעט מיט שווערע כוחות זיי צו עלימינירן, טייל פון די טעראריסטן האבן זיך פאבראקירט אינערהאלב פריוואטע היימען און גענומען אירע איינוואינער אלץ משכונות וואס דאס האט פילפאכיג פארשווערט די אפעראציעס זיי צו פארטיליגן. עטליכע פון די טעראריסטן האבן זיך געיאגט ביז טיפער אריין אין מדינות ישראל שפירנדיג פאר וויכטיג צו מארדן די איינוואינער פון די צענטראלע שטעט אין מדינות ישראל.
א כאאס איז אנשטאנען ווען א חלק פון די בלוט זויגענדע מאלפעס האבן זיך אנגעטון מיט די מונדירן פון מדינות ישראל זעלנער און האבן אוועקגעשטעלט א פאלשע וואך פונקט אזוי ארום צו פארנער'ן מאטאריסטן זיך צו אפשטעלן, עס האט גענומען א לאנגע צייט זיי צי אידענטיפיצירן, און א אפי' נאכדעם איז שוין פארבליבן א שרעק די גאנצע צייט איבער פארשטעלטע טעראריסטן.
די ערשטע שריט פון מדינות ישראל איז געווען צו פארזיכערן די געגענט און אויסראטן די רעשטלען חאמאס טעראריסטן פון איר טעריטאריע, דערנאך איז ערווארטעט אז די מיליטער וועט אינטערנעמען א פולשטענדיגע ערד אינוואזיע אקעגן די טעראר ארגאניזאציע וועלכע רעגירט יעצט איבער עזה מיטן ציל זיי צו גענצליך פארניכטן, יעדער איז מודה אז דאס מאל האבן די אראבער איבערגעצויגן יעדן שטריקל פון מאראל און מדינות ישראל האט נישט די ברירה דאס צו איגנארירן.
און אזוי זאגן טאקע די ארטיגע פאליטיקאנטן, פרעמיער מיניסטער נתניהו האט שארף דערקלערט אז די יעצטיגע אטאקע איז ווי חאמאס זאל ווען אינטערשרייבן א טויט דעקראט אויף זיך אליינס.
עס הערט זיך אפשר ווי גוטע נייעס אבער אין ווארהייט איז דאס גאר א געפארפולער אינטערנעמונג, די טעראריסטן אין עזה גרייטן זיך שוין יארן פאר אזא סיטואציע און האבן אנגעגרייט פולע פאסקעס פאר די אנקומענדע טרופן, אריינגערעכענט מינעס, סורפרייז טונעלן, און נאך אסאך אנדערע פלענער וויאזוי צו מארדן די סאלדאטן, כדאי זיי צו איבערקומען וועט עס ווארשיינליך קאסטן פולע קרבנות ה''י.
דניאל עמרם ללא צנזורה בטלגרם
דניאל עמרם ללא צנזורה
לפניות
וואצפ: wa.me/12017438674
טלגרם: @danielamram1
טוויטר: twitter.com/danielamram3
אינסטגרם: instagram.com/danielamram6
טיקטוק: tiktok.com/@danielamram22
דיסקורד: https://discord.gg/6QqSm3hX2d
Last updated 1 month, 1 week ago
ערוץ הטלגרם האמין ביותר בטלגרם
בתחומי הצבא, המודיעין והביטחון וכמובן ללא צנזורה
כל תיעוד העולה בערוץ ללא קרדיט, הוא במסגרת שימוש לפי סעיף 27 א, הערה חשובה כל הנכתב בערוץ הוא על אחריות הכותב והמדווח
Last updated 3 months, 3 weeks ago
הערוץ הרשמי☑️ Official Channel
ברוכים הבאים פה תקבלו את כל מה שקורה בארץ ובעולם🌏 ללא👁️צנזורה - מיטב התיעודים הכי מעניינים שיש ברשת.
לשיתוף תכנים⬅️ @tzenzora1
👉 t.me//tzenzora 👈 שתפו
היזהרו מחיקויים❗️
#ללאצנזורה
Last updated 3 weeks, 4 days ago