גאלדענע רעיונות

Description
מיינע געפילן, דיין חיזוק, מיין פענע, דיין נפש,
מיין נשמה, דיין פלאם, ברחק המקום אבער בקרב הלב!

🖋️ אפרים

@Efraim_feder_public
Advertising
We recommend to visit

דניאל עמרם ללא צנזורה בטלגרם
דניאל עמרם ללא צנזורה

לפניות
וואצפ: wa.me/12017438674
טלגרם: @danielamram1


טוויטר: twitter.com/danielamram3
אינסטגרם: instagram.com/danielamram6
טיקטוק: tiktok.com/@danielamram22
דיסקורד: https://discord.gg/6QqSm3hX2d

Last updated 1 month, 1 week ago

ערוץ הטלגרם האמין ביותר בטלגרם
בתחומי הצבא, המודיעין והביטחון וכמובן ללא צנזורה
כל תיעוד העולה בערוץ ללא קרדיט, הוא במסגרת שימוש לפי סעיף 27 א, הערה חשובה כל הנכתב בערוץ הוא על אחריות הכותב והמדווח

Last updated 3 months, 3 weeks ago

הערוץ הרשמי☑️ Official Channel

ברוכים הבאים פה תקבלו את כל מה שקורה בארץ ובעולם🌏 ללא👁️⁩צנזורה - מיטב התיעודים הכי מעניינים שיש ברשת.

לשיתוף תכנים⬅️ @tzenzora1

👉 t.me//tzenzora 👈 שתפו

היזהרו מחיקויים❗️

#ללאצנזורה

Last updated 3 weeks, 4 days ago

5 months ago
די גמרא דערציילט אז ווען המן …

די גמרא דערציילט אז ווען המן האט געווארפן גורל און עס איז געפאלן אויף חודש אדר האט ער זיך זייער געפרייט ווייל ער האט געוויסט אז משה רבינו איז אוועק דעם חודש,
אבער ער האט נישט געוויסט אז ער איז אויך געבוירן דעם טאג.

דאס זעלבע איז יעצט אויך מיט איראן ער מיינט אז אב איז א גוטע חודש ווייל די בית המקדש איז חרוב געווארן, אבער ער ווייסט נישט אז אין אלע ספרים שטייט,

" אז משיח איז געבוירן תשעה באב".

ווי עס קוקט אויס גייט מען דעי יאר נישט פאסטן.

קרעדיט רבניץ

5 months, 3 weeks ago
אויב אמעריקא איז געפירט געווארן אן …

אויב אמעריקא איז געפירט געווארן אן קיין פרעזידענט די לעצטע פיר יאר, ווער זאגט אז מדארף בכלל האבן א פרעזידענט? 🤔

https://t.me/Efraim_Feder

8 months, 2 weeks ago

א שליחות - עפיזאד 3

איר זענט אנגעקומען צו אייער דעסטינאציע הערט זיך א קלונג פונעם וועג ווייזער, הערמאן קיקט לינקס יא דאס איז עס, דאס איז די פלאץ ווי איך דארף זיך טרעפן מיט זיי,
ער שפאצירט אריין אינעם בנין, ווען אין זיין טאש געפונט זיך א אנגעצונדענע רעקארדער וואס כאפט אפ יעדע שארך וואס איינער גיבט ארויס, הערמאן האט עס מיטגעברענגט מיט זיך אלטס פאראויס זיכערקייט אין פאל עפעס פאסירט זאל זיין באווייז,
ער שפאצירט אריין אין א פראכטפולע קאנפרענץ צימער
ווי טאני און פראנק ווארטן אים שוין אפ.

-

הערמאן זיצט אויף זיין באקוועמע סאפע אין זיין ליווינג רום מיט א טעלעפאון אין האנט ער פראבירט צו אויפקומען מיט א סטראטעגיע וואס צו טוהן ווייטער ער מיז טרעפן א ערוב וואס זאל אינטער שרייבן דעם דאקומענט אז נישט איז ער אויף געהאקטע צרות,
זיינע פריינט און משפחה מיטגלידער האבן שוין באקומען טעלעפאון רופן פון אים אבער יעדער האט זיך שיינערהייט ארויסגעדרייט פון אים געבנדיג די תשובה וואס ער האט ערווארטעט
טראכטן פון לייזונגען איז ער שוין מיד.

-

שמעון און ברוך ריכטן זייער טריט צום אלטן היים היינט איז דער ערשטע טאג וואס מגייט משמח זיין די עלטערע איינזאמע אידן וואס האבן נישט קיין משפחות און קרובים וואס זאל זיי דערפרייען, זיי קומען אריין אינעם אויפנאם צומער פונעם אלטן היים, און א העפליכער סעקרעטערי פירט זיי צי צו מר' הערמאן ער וועט דורכרעדן מיט ענק די ארבעט און די באצאלונג פלאן זאגט ער זיי מיט א שמייכל.

הערמאן עס ווארטן דיר צוויי אידישע בחורים אינעם קאנפרענץ רום זיי זענען געקומען הערן מער דעטאלן פון די נייע פראגראם.

צווי אידישע בחורים דאס קען זיין א לייזונג צו מיין פראבלעם! טאני האט מיר געזאגט נעכטן ביי די מיטונג אז ער פארלענגערט די דאטום פון באצאלן אבער איך מיז אים שאפן א ערוב ער האט מיר אפילו געזאגט אז די ערוב קען זיין א טינעדשער.
איך מיין אז איך האב א פלאן.

-

טאני הערסט איך האב דיר געזאגט דעי בחור גייט נישט אין ערגץ און זיכער נישט צו די פאליציי האסט געהערט ווי ער האט זיך אנטשולדיגט ביים מיטונג נעכטן? איין זאך מיז איך דיר זאגן די האסט פיין געשפילט מיט אים! טאני? וואס גייט שוין ווייטער פאר מיט דיר פארוואס איגנאריסטי מיר?
וואס גייט פאר מיט דיר פראנק פרעגט טאני אויפגעקאכטערהייט די קענסט מיר מסביר זיין וועלכע בייזע רוח האט דיר געמאכט זאגן אז די ערוב קען זיין א טינעדשער? אונז האבן נישט גארנישט פון א ערוב א טינעדשער!
טאני הער זיך צו איך וויל דווקא אז די ערב זאל זיין א טינעדשער אזוי וועט ער נישט צופיל אריינטראכטן אינעם הלוואה! איינער וואס האט געלט וואלט אונז גלייך אנדעקט!

-

מר' הערמאן פארענדיגט צו איבערגיין די דעטאלן מיט שמעון אין ברוך פונעם ארבעט און ער נעמט ארויס א צעטל דא שרייבט מען אונטער דא שטייט אז מנעמט אחריות צו גארנישט צוברעכן און אז עטס ארבעט'ס דא לעגאלערהייט און דא לייגט מען די סאשעל סעקיוריטי נומערן ווייזט הערמאן צו.
די בחורים וואס האבן נישט געקענט ליינען ענגליש האבן גארנישט פארדעכטיגט מ'האט זיי שוין געזאגט פארן קומען אז דאס איז א לעגאלער ארבעט דעריבער זאלן זיי ברענגען זייער סאשעל נומערן.

-

אונז האבן באַקומען א אימעל פון ספרינג וואלי ער האט געטראפן א ערוב עס רעדט זיך פון צוויי אידישע בחורים שמעון קליין אין ברוך שווארץ.

-
העלא יא מארק איך האב פאר דיר ארבעט דאס מאל אין ספרינג וואלי די נעמען זענען שמעון קליין און ברוך שווארץ איך שיק דיר אריין די פייל מיט אדרעסן מיט אלע אינפארמאציע וואס איך האב אויף זיי.

פארזעצונג קומט אי"ה.

8 months, 2 weeks ago

א שליחות - עפיזאד 2

טאני אַקאַרדא זיצט און שוימט אינגאנצן אנגעהיצט איבער די טעלעפאון געשפרעך וואס ער האט נארוואס געענדיגט ער איז גרייט צו אויפעסן מענטשן.
זיין שותף פראַנק קאַסטעל שפאצירט אראפ אונטען אין קעלער טאני וואס האט פאסירט אז די ביזט אזוי אויפגעקאכט? דו קענסט נישט אויסקוקן אזוי שרעקעדיג באלד קומען אן צוויי קליענטן און זיי טארן גארנישט פארדעכטיגן!
די פרעגסט וואס ס'גייט פאר? דער פון ספרינג וועלי האט געסטראשעט מיט פאליציי...
הער מיר אויס מיר מיזן פטור ווערן פון אים!
פטור ווערן? פינקט אזוי ווי אונז זענען פטור געווארן פון מארק פון לאס אנדזשעלעס פרעגט פראנק מיט א געלעכטער?

-

הערמאן וואס איז געווען די קולות אויף די אנדערע זייט ליין? פרעגט זיין אקאונטענט
אה.. גארנישט עס איז טאני דער וואס האט מיר פארבארגט הונדערט טויזענט דאלער היינט איז די דאטום צו באצאלן און איך האב נישט קיין גרינעם גראצער אים צו געבן, ער האט מיר געסטראשעט מיטן טויט!
העי הערמאן דו האסט לכוארה נישט גוט פארשטאנען זיינע ווערטער, טאני איז א נארמאלע מענטש, קען זיין ער איז געדריקט אין געלט אבער עס איז נארמאל, די עקאנאמיע איז דאך שוואך יעצט
ער האט דיר נישט געסטראשעט!

הערמאן זיצט און טראכט איבער וואס איז דא פארגעקומען ער פאנגט אן צו טראכטן אפשר טאקע האב איך איבערגעטריבן מיטן זאגן אז איך וועל רופן די פאליציי, מיין אקאונטענט איז גערעכט טאני איז פשוט געדריקט אין געלט יעצט ער וויל מיר נישט שלעכטס טון,
זיינע מחשבות וועקן זיך אויף מיט א קלונג אויפן טעלעפאון אויפן קאלער איידי שטייט טאני אַקאַרדאָ ער הייבט אויף די טעלעפאון מיט ציטערדיגע הענט.

אנטשולדיגט טאני אויף די וועג וויאזוי איך האב רעאגירט צו דיר פריער זאגט הערמאן
טאני געבט א בליק צו פראנק זעסט ער איז אומשעדליך הערמאן געב א קוק די דאטום איז טאקע היינט אבער איך בין דאך א מענטש איך זעה אז די האסט נישט צו באצאלן קים אריבער היינט דריי אזייגער צו מיין אפיס אין מאנהעטן איך וויל אויסארבעטן מיט דיר א פלאן וויאזוי זאלסט קענען באצאלן איך בין נישטא צו אנדרייען א גאנצע זאך לאמיר עס מסדר זיין אויף א שיינעם וועג.

די חברה זענען גרייט פרעגט טאני? יא אונז זענען פולקאם גרייט אויפן באזוכער

די רגע ער שפאצירט אריין אינעם בנין איז ער אונטער אונזער הענט.

פארזעצונג קומט אי"ה.

8 months, 2 weeks ago

די קאמענטארן זענען אפען.

8 months, 2 weeks ago
8 months, 2 weeks ago

א שליחות - עפיזאד 1

ער דרייט אריין די שליסל אינעם קאר די מאטאר צינדט זיך אן ער ריקט ארויף די עירקאנדישן אויף די העכסטע און ויסעי מלאזט זיך ארויס אויפן וועג.
די וועטער שפילט מיט, עס איז קאלט אבער קיין זכר פין שניי שוין אומזיסט האט מען זיך געזארגט, די וועטער שקרנים האבן נישט גוט ציגעטראפן גיבט ער זיך ריף אן.

שוין וואכן וואס מגרייט זיך אויף די גרויסע נסיעה קיין באפעלאו, שמעון זיין זוהן איז שוין אין שידוכים, און מגייט פארן צום ציון אין באפעלאו בעטן ביים צדיק אז זאכן זאלן זיך שוין ריקן,
שמעון איז געווען א מציון פון א בחור געזעצן און געלערנט ווען ער האט נאר געקענט זיין דאווענען איז געווען מיט א קאך און א ברען.

די גרויסע טאג איז אנגעקומען חיים איז אויפ'ן וועג צי אפנעמען זיין בחור פון ישיבה און דערנאך לאזט מען זיך ארויס אויפן לאנגן וועג,

חיים פארקט אריין אין די ישיבה פארקינג לאט ער ריפט אן די מנהל און בעט אים צו ביטע ארויסשיקן מיין זון שמעון, ערשטוינט איז ער געווארן ווען ער האט באקומען די ענטפער

שמעון איז שוין נישט געווען אין ישיבה פון פרישטאג!

א חודש פריער אין ישיבה

שמעון זיצט ביים גמרא עס איז שוין הפסקה ווען זיין חבר ברוך קומט צו צי אים שמעון וואס מאכסטו? ברוך השם עס איז וויכטיג? שמעון איך וויל דיר זאגן אז עס איז וויכטיג פאר דיר אז די זאלסט אביסל ארויסגיין זאלסט האבן א שטיקל טויש די קענסט נישט זיצן דא פיר און צוואנציג שעה א טאג!
ברוך וואס ווילסטו די ווייסט אז עס איז מיר גוט דא אין ישיבה ווי ווילסטו גיין אין פארק איז דאך דא ראיות אסורות בארואיג דיך זאגט ברוך איך פלאן דיר נישט צו מכשיל זיין הער זיך צו צי מיר
די אלטע היים דא אין שטאט האט פלאקעמירט אז זיי זיכן יונגע בחורים וואס זאלן קומען אביסל אויפלעבן די עלטערע אידן און זיי זענען גרייט צו באצאלן דערפאר!
פאר בלויז איין שעה א וואך וועסטו באקומען פופציג דאלער!

מר' הערמאן די בעל הבית פונעם אלטע היים זיצט מיט זיין אקאונטענט מגייט דורך די חשבונות פון די עטליכע ביזנעסער וואס ער פארמאגט ווען אינדערמיט באקומט ער א טעלעפאן קאל אויף די אנדערע זייט ליין הערט זיך א דיקער שטומע, הערמאן די ווייסט אז די דאטום פון באצאלן דיין חוב איז היינט ? און די ווייסט וואס עס געשעט אויב באצאלסטו נישט אין צייט ? אויב דיין לעבן איז דיר טייער שאף דאס געלט!

מר' הערמאן זאגט אים צוריק אנטשולדיגט אבער אויב די גייסט זיך דערוואגן מיר צו סטראשען נאך איין מאל ריף איך די פאליציי!

און די טעלעפאן האט זיך אפגעהאקט.

פארזעצונג קומט אי"ה

8 months, 2 weeks ago

"מארבע כנפות הטעלעגראם"

צום ערשטע מאל אין טעלעגראם היסטאריע, פאראייניגן זיך צוזאם פיר לעגנדארע שרייבער, וואס האלטן דעם ציבור געשפאנט מיט נאסע חומר במשך׳ן יאר, אבער דאס מאל מיט א שטאפל ארויף.

אלע פיר וועלן שרייבן א אייגנארטיגע געשיכטע אויף די טייטל מיטן נאמען
״א שליחות״, קיינער פון די שרייבער ווייסן נישט וואס די צווייטער האט אין געדאנק צו שרייבן, יעדע שרייבער וועט ארויס לייגן אויף זיין אייגענעם קאנאל די געשיכטע וואס ער האט פאבראצירט ציטיילט אין עפיזאדס, און וועט לויפן במשך עטליכע טעג.

אט זענען די טעלעגראם מייסטערס וואס וועלן אנטייל נעמען אין די פארמעסט:
ארי הערשקא, ראובן גרין, אפרים פעדער, לייבוש הכהן.

We recommend to visit

דניאל עמרם ללא צנזורה בטלגרם
דניאל עמרם ללא צנזורה

לפניות
וואצפ: wa.me/12017438674
טלגרם: @danielamram1


טוויטר: twitter.com/danielamram3
אינסטגרם: instagram.com/danielamram6
טיקטוק: tiktok.com/@danielamram22
דיסקורד: https://discord.gg/6QqSm3hX2d

Last updated 1 month, 1 week ago

ערוץ הטלגרם האמין ביותר בטלגרם
בתחומי הצבא, המודיעין והביטחון וכמובן ללא צנזורה
כל תיעוד העולה בערוץ ללא קרדיט, הוא במסגרת שימוש לפי סעיף 27 א, הערה חשובה כל הנכתב בערוץ הוא על אחריות הכותב והמדווח

Last updated 3 months, 3 weeks ago

הערוץ הרשמי☑️ Official Channel

ברוכים הבאים פה תקבלו את כל מה שקורה בארץ ובעולם🌏 ללא👁️⁩צנזורה - מיטב התיעודים הכי מעניינים שיש ברשת.

לשיתוף תכנים⬅️ @tzenzora1

👉 t.me//tzenzora 👈 שתפו

היזהרו מחיקויים❗️

#ללאצנזורה

Last updated 3 weeks, 4 days ago