דניאל עמרם ללא צנזורה בטלגרם
דניאל עמרם ללא צנזורה
לפניות
וואצפ: wa.me/12017438674
טלגרם: @danielamram1
טוויטר: twitter.com/danielamram3
אינסטגרם: instagram.com/danielamram6
טיקטוק: tiktok.com/@danielamram22
דיסקורד: https://discord.gg/6QqSm3hX2d
Last updated 1 month ago
ערוץ הטלגרם האמין ביותר בטלגרם
בתחומי הצבא, המודיעין והביטחון וכמובן ללא צנזורה
כל תיעוד העולה בערוץ ללא קרדיט, הוא במסגרת שימוש לפי סעיף 27 א, הערה חשובה כל הנכתב בערוץ הוא על אחריות הכותב והמדווח
Last updated 3 months, 3 weeks ago
הערוץ הרשמי☑️ Official Channel
ברוכים הבאים פה תקבלו את כל מה שקורה בארץ ובעולם🌏 ללא👁️צנזורה - מיטב התיעודים הכי מעניינים שיש ברשת.
לשיתוף תכנים⬅️ @tzenzora1
👉 t.me//tzenzora 👈 שתפו
היזהרו מחיקויים❗️
#ללאצנזורה
Last updated 2 weeks, 5 days ago
גוטשאבעס...
הצילינו נא מיד אחי מיד עשו!
דאס אז די תפילה וואס יעדער דארף שרייען, דאס איז די שווערסטע נסיון ניצל צי ווערן פון עשו, וואס מאכט זיך ווי א ברודער. און אמאל איז ער טאקע דיין ברודער, ער נעמט דיך ארום 'ויחבקהו' און ער קישט דיך 'וישקהו', אבער באמת וויל ער דיך הארגענען...!
וויפיל מענטשען פאלן נעבעך אריין מיט אזעלכע עשו'ליך וואס מאכן א פנים ווי א ברודער, ווי א פרומער, ווי א צדיק און שמייכעלט צו דיר אבער אונטער דיין ריקן בארעדט ער דיך, זוכט דיך אינטער צו ברענגען.
און דאס איז חוץ וואס זיין גאנצע פרומקייט איז נאר פון אינדרויסן, אבער באמת איז ער אליינס פארדארבן, סיי מיט שלעכטע מדות, עובר אויף לשון הרע, רכילות, שפיכת דמים, הלבנת פנים און אזוי אויך ליגן זיי אין טינופות יומם ולילה ר"ל, אבער עשו הרשע העלפט זיי צו זייער הצלחה אז מען זאל מיינען אז זיי זענען גאר די צדיקי הדור השם ירחם.
זייער אסאך מאל זעט מען ווי מענטשן שרייען און פארפירן קעגן טעכנעלאגיע און צום סוף על פי רוב כאפט מען די מענטשן מיט די הארבסטע עבירות רחמנא לצלן, די אלע וואס זענען פארנומען יענעם צו פארעכטן און זענען פארנומען מיט יענעם'ס שמיץ, די מענטשען זענען נאך די מערסטע שמיציג! ווייל אמת'ע ריינע צדיקים וועלן קיינמאל נישט ווייטאן א איד און זיכער נישט רעדן לשון הרע, ווייל איינער וואס רעדט לשון הרע איז דער גרעסטע סימן אז ער איז פארדארבן.
עשו איז נאך א פרומער, ער קען הלכות, א שיינער תלמיד חכם. און יעקב איז דער תם, דער 'פשוטער' איד. זאגט דער 'פרי צדק' אז וועגן דעם האט אים יעקב געשיקט מתנות, ווייל ער האט געוויסט אז פאר אפאר דאלער קען מען אפקויפן עשו, דעם אזויגערופענער תלמיד חכם. אזוי ווי מ'זעט היינט מיט די בתי דינים ר"ל.
דער 'דגל מחנה אפרים' שרייבט אז דאס וואס מ'זעט ס'דא מענטשן פיל מיט שקר, וואס טוען זיך אן ווייסע בעקיטשעס, טראגן א טלית ער"ש ביי מנחה. דאס אלעס איז גורם אריכות הגלות, זיי ווערן אנגערופן 'ערב רב', זיי מישן זיך אויס מיט די אמת'ע ערליכע אידן און דאס איז מרומז אינעם "הצילני מיד אחי", וקל להבין, ס'גרינג צו פארשטיין, מ'קען עס זען.
א פחד פון א ווארט! דאס האט שוין דער 'דגל' דעמאלט געזאגט אויף די פאלשע רבי'ס בדורו, וואס וואלט ער היינט געזאגט?! וואס וואלט ער געזאגט אויף אונזער 'ערב רב', אונזער רע-בנים??!!
אוי טאטע! לאמיר אלע שרייען "הצילינו נא מיד אחי מיד עשו" אוייייייי....!
-מהרמ"י הורוויץ שליט"א
פאר'פאטשקעווילן:
איך זאג דיך, איך ווייס פאר א פאקט, אז אזוי איז געווען די מעשה. כ'האב עס געהערט פון מיין שוואגער, אן איידעם ביי זייער שכנ'ס נעפיו. נע, כ'מוז דיר נישט גלייבן, איך קען זיין גאנצע משפחה. זיי זענען אלע אזעלכע מאדנע מענטשן. ס'מאכט פיין סענס. "עטס רעדטס ביידע אזוינע שטותים," רופט זיך אן א דריטער, "איך וועל ענק פארווערדן א מעסעדזש וואס איך האב באקומען, עמיר זען וואס עטס וועטס נאכדעם האלטן. און דאן הערט זיך א שטימע פון אונטער זיי, א איד איז נארוואס ארויסגעקומען פון מקוה: "און איך וועל ענק זאגן אז די רבנים זענען גערעכט!" וועלכע רבנים? ביידע צדדים האבן דאך רבנים. "די רבנים וואס האבן גע'אסר'ט סמארטפאנס!"
פון אלע מעסעדזשעס וואס זיי האבן געקריגן אין די פארגאנגענע 24 שעה אויף 'וואטסעפ', האט קיין איינס נישט אזוי אפגעהילכט ווי דער מעסעדזש וואס זיי האבן יעצט געקריגן. זיי טרינקען קאווע, גרייטן זיך צום דאווענען און וואס זענען די הכנות? א היציגע טעמע וועגן צוויי פאמיליעס, וואס אויסער די משפחה-נעמען ווייסט ער גארנישט איבער זיי קיינמאל האט ער אנטיילגענומען אין זייערע שמחות, נישט געדאוונט מיט זיי אין בית המדרש, ער ווייסט ניטאמאל וואו זיי זעען אויס בעפאר די פרשה איז געקומען אויפן אויבערפלאך, זיין גאנצע שייכות צו די באטרעפנדע זענען אפאר 'וואויסנאוטס' וואס זענען צו אים אריינגעשיקט געווארן, און דאס גיבט אים שוין די לעגיטימע סיבה צו האבן א מיינונג.
די מחלה איז אז ער האלט מיט פונדערנאנט יעדע טראגעדיע מיט גראפישע בילדער, יעדעס נייעס'ל מיט אויסגעלאסענע און אומאיידעלע, אדער אפילו אוממאראלישע בילדער וואס שעדיגן זיין נפש פאר לאנגע יארן; אויב צוויי ברידער אין אויסטראליע האבן א מיינונגס-פארשידנהייט איבער א ירושה, וועט מען אין א שול אין מאנסי אויסשמועסן די צדדים; און אויב וועט זיין א סכסוך ביי א דין-תורה אין אשדוד, וועט דער אורטייל ארויסגעגעבן ווערן אין א וויליאמסבורגער מקוה...
אפגערעדט ווען מ'שיקט עס אויף א גרופע, וואו מ'איז אויפאמאל "מזכה" צענדליגער אדער הונדערטער אידן. דער ארויסשיקער האט א וועלט פון תירוצים פארוואס ער מעג עס שיקן, אבער וואו וואלטן די אלע סברות און הלכות פארשוואונדן געווארן ווען דער באטרעפנדער וואלט געווען זיין אייגענע משפחה מיטגליד? וואלט ער דען זיין אייגן בלוט און פלייש אויך גע'שחט'ן מיט דעם וואטסעפ- מעסער'ל?
מ'כאפט א בילד פון איינעם אין א שווערער מינוט, אדער מ'צימבלט פריוואט א דיין אדער תלמיד חכם מיט חוצפה און עזות ווען יענער האט נישט קיין השגה אז מ'רעקארדירט אים, און נאכדעם פארשפרייט מען עס בערי יהודה ובחוצות ירושלים. איז דען דא עפעס ערגער פון דעם? וויפיל ווערן געטשעפעט בדרך ובלא דרך? און דאס איז נאך פאר די "סייד עפעקטס" וואס ווירקט אויף דער חינוך פון אונזערע קינדער. ער וועט מעגליך עפעס דעליווערן אינעם קורצן טערמין, אבער דער שאדן וואס ס'וועט דערפון ארויסקומען אינעם לאנגען טערמין איז א מעוות לא יוכל לתקון.
צוויי ביזנעסלייט האבן צווישן זיך א מיינונגס- פארשידנהייט איבער א געוויסן שפילצייג פראדוקט, זה אומר כולה שלי וזה אומר כולה שלי, דמו ודם זרעיותיו קאכן אוועק און זייער גאנצער ענערגיע גייט נעבעך אוועק מיט זייערע טענות פאר דיינים אדער צו עסקנים וואס זענען פארמישט און וואס טוען מיר? מ'האלט זיך אונטער דערויף און דאס ווערט פארשפרייט איבער דער וועלט ווי ס'וואלט געווען עפעס א זיכוי הרבים.
מ'זיצט ביי דעם שוואגער'ס חתונה, צווישן משפחה און גוטע פריינט, אבער מ'קוקט א סטאטוס וואו דער פרעזידענט קומט אן קיין כינע, אדער גאר ווי א זינגער שפרינגט מאדנע יעצט ביי אן אנדערע חתונה, א איד פארט צו א משפחה שמחה מעבר לים און ביי דער סעודת החתונה מאכט ער א רייזע ארום דער וועלט אויף זיין סטאטוס...
איי ווער בין איך צו זאגן? זייער פשוט. אויב קען יעדע שמויגער אויפהייצן און גרעסער מאכן דאס פייער, מעג דאך יעדער טוטער אויך פרובירן עס צו פארלעשן און קלענער מאכן.
-וועלוועל שמעלצער
אינדערהיים איז שווער געווען דער מדרש וואס רופט אן דעם ערשטן טאג סוכות "ראשון לחשבונות עוונות", וויבאלד וואס האט ער געטוען פון ראש חודש אלול אויב נישט תשובה און חשבונות...?
נאר וואס דען, ווען כ'בין אהערגעקומען האב איך הערשט פארשטאנען דעם מדרש,
ווייל ווער זינדיגט דען בכלל דא אין אמעריקע...? יעדע זאך וואס מ'טוט איז גוט, יעדער איז צופרידן מיט זיך...
מ'שפירט זיך נישט אלס בעל חוטא און אז מ'דארף תשובה טאן און מאכן א חשבון הנפש אויף די עוונות.
מען פאלט פלוצלינג אריין אין ראש השנה, ווען מ'הערט תקיעת שופר און מ'איז מתפלל די תפלות, און נאכדעם די עשי"ת און דעם הייליגן טאג יוה"כ ווען מ'פאסט א גאנצן טאג, מ'דאווענט און מ'זאגט ווידויים, און נאכדעם די פיר טעג ווען מ'איז פארנומען מיט די סוכה, איינקויפן די ד' מינים וכו'
ערשט נאכדעם אלעם, דעם ערשטן טאג יו"ט סוכות, ווען מ'זיצט במנוחה אין די סוכה, הויבט ער אן צו טראכטן, אפשר האב איך עפעס געזינדיגט פאר'ן באשעפער...?
ממילא איז ערשט אין ערשטן טאג סוכות דער ראשון לחשבון עוונות...
-רביה"ק מסאטמאר זי"ע
? וַאֲשֶׁר אַתָּה עָתִיד,
עָתִיד לַעֲשׂוֹת עִמִּי,
עִמִּי וְעָם כָּל בְּנֵי בֵּיתִי...?
אה, די מוזיק זעצט,
די שטריימל ווארפט זיך,
ראובן טאנצט!
לחיים, מזל טוב!
מיר האבן יעצט גערעדט מיט א בן בית ביים משגיח און ער זאגט מיר אז ווי ווייט ער ווייסט איז ער זייער קריטיש.
אלזא, מיר ווילן נישט פארשפרייטן פאלשע בשורות און לאמיר האפן אז בקרוב וועלן זאכן אויסגעקאלארט ווערט און מען וועט קענען מעלדן גוטע בשורות אי"ה
וויבאלד מיר האבן באקומען פיל צאליגע מעסידזשעס אז אזא סעריע ווי א
"שטעך פארן טאג" איז נישט אין אנקלאג מיט די אנדערע סעריע'ס און ארטיקלן פון אונזער טשענעל, טוען מיר לאזן וויסן אז מיר וועלן נישט גיין ווייטער מיטן אויבערדערמאנטן סעריע.
ישר כח פארן פארשטיין❤️
דניאל עמרם ללא צנזורה בטלגרם
דניאל עמרם ללא צנזורה
לפניות
וואצפ: wa.me/12017438674
טלגרם: @danielamram1
טוויטר: twitter.com/danielamram3
אינסטגרם: instagram.com/danielamram6
טיקטוק: tiktok.com/@danielamram22
דיסקורד: https://discord.gg/6QqSm3hX2d
Last updated 1 month ago
ערוץ הטלגרם האמין ביותר בטלגרם
בתחומי הצבא, המודיעין והביטחון וכמובן ללא צנזורה
כל תיעוד העולה בערוץ ללא קרדיט, הוא במסגרת שימוש לפי סעיף 27 א, הערה חשובה כל הנכתב בערוץ הוא על אחריות הכותב והמדווח
Last updated 3 months, 3 weeks ago
הערוץ הרשמי☑️ Official Channel
ברוכים הבאים פה תקבלו את כל מה שקורה בארץ ובעולם🌏 ללא👁️צנזורה - מיטב התיעודים הכי מעניינים שיש ברשת.
לשיתוף תכנים⬅️ @tzenzora1
👉 t.me//tzenzora 👈 שתפו
היזהרו מחיקויים❗️
#ללאצנזורה
Last updated 2 weeks, 5 days ago